זונטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם ערב שבת בעפאר קבלת שבת אין ביהמ"ד הגדול מרכז חסידי וויז'ניץ אין בני ברק האט כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א משמיע געוועהן קורצע דברות קודש כהכנה דרבה צו די ימי השמחה די וואך, די רבי האט באטאנט די עגמת נפש וואס האט פאסירט די וואך, ווען די שטאטראט אין אלעד האט אפגערופן די געפלאנטע גרויסער חתונה אינעם שטאטישן אדיטאריום, די רבי שליט"א האט ערווענט וואס ער האט שוין געזאגט פארן מחותן בנו הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א אז מען האט ברוך השם געטראפן א פאסיגער פלאץ פאר די חתונה דארט אין קרית צאנז נתניה וואס אונזער קרוב כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט באוויליגט צוצושטעלן בספר פנים יפות. און מעורר געוועהן די חסידים מיטצוהאלטן די שמחה מיטן נשמה און נישט זיין פארנימען מיט שמועסערייען און זייטיגע נערישקייטן.
היינט ביים ארימע חתונה האט די רבי שליט"א ווידער ארויסגעברענגט ווי שטארק מען איז מחויב צו מעריך זיין און ארויסהייבן דאס הכרת הטוב פאר כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וואס האט מרצונו הטוב איבערגעגעבן דעם היכל ראזענבערג פארן וויזניצער הויף, וואס דאס האט געמיינט אז א צווייטער חתונה וואס האט געזאלט פארקומען אינעם זאל, האט מען געדארפט אריבערפירן צו א צווייטן שטאט וואו דער צאנזער רבי וועט שלא כדרכו ארויסצופארן מחוץ לעיר, כדי צו זיין דער מסדר קידושין ביי יענעם חופה, און דאס איז מחייב א יעדן יחיד זיך אפצולערנען ארויסצוגיין פון זיין וועג פאר א צווייטן איד.
Comments