top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז באזוכט אין קרית צאנז ירושלים לרגל שמחת החאלאקע פון א איר אייניקל

מאנטאג פ' אמור • ד' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


בהדרת כבוד האבן חסידי צאנז תושבי ירושלים מקבל געוועהן את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע איז ערשינען אויף א באזוך אין שטאט לרגל די שמחת החאלאקע פון א איר אייניקל, אייניקל ביי בנו הגדול הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם שליט"א אב"ד קרית צאנז נתני', א זון ביי זיין זוהן הרב חיים משה הלברשטאם איידעם ביי הרה"צ המשפיע רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב.


צופרי ביים אנקומען אין שטאט איז די רבי שליט"א צוגעפארן צום ביאלא בית המדרש אויף ניחום אבלים ביי הרבנים הגאונים הצדיקים קינדער פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל, די רבי שליט"א האט מיטגעטיילט עטליכע שיינע ענינים בדידי הווא עובדה, און מנחם געווען די אבלים.


פון דארט איז די רבי אנגעקומען אינעם זאל בבנין ביהמ"ד הגדול אין קרית צאנז ירושלים וואו עס זענען געווען פארזאמלט די הונדערטער ילדי התלמוד תורה וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשירה וזמרה, איינער פון די קינדער האט פארגעזינגען הערליכע גראמען לכבוד די מאמענט, און די רבי שליט"א האט געלערנט די א' - ב' מיטן איר אייניקל און אפגעשוירן דאס קינד, דערנאך האט די רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש בגודל ימי הספירה אלס א הכנה צו קבלת התורה. צום שלוס זענען די ילדי החמד דורך אל מול פני הקודש ווי די רבי האט פארטיילט מיני מתיקה פאר אלע קינדער, דאן זענען אלע חסידים תושבי ירושלים אריבער וואונטשן מזל טוב.















Comments


bottom of page