top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צאו והפגינו: טויזנטער בני תורה מיט רונדע מחאות פארנט פון טרויעריג-בארימטן לשכת הגיוס

מיטוואך פ' דברים • ג' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: באדיבות המצלם

 

א פייער פון קנאות דקדושה האט אויפגעפלאמט אין ארץ ישראל, ווען עס איז געלאזט אין גאנג א רונדע פון מחאות אדירות פארנט פונעם טרויעריג-בארימטן לשכת הגיוס, אין ליכט פון די גזירה נוראה וואס איז שוין ליידער אריין אין קראפט, ווען עס איז שוין ארויסגעשיקט געווארן אויף פאסט פאר טויזנט בחורים צו רעקרוטירן צום טמא'נעם צה"ל.


די מחאות ווערן אפגעהאלטן דורך די טויזנטער חסידים ואנשי מעשה מבני ישוב הישן, החונים תחת דגל העדה החרדית, אינאיינעם מיט די ליטווישע בני תורה קרייזן, תלמידי הגאון רבי שמואל אויערבאך זצ"ל, וועלכע באטייליגן זיך מאסנווייז ביי די מחאות וואס ווערט אפגעהאלטן עפ"י קריאת הקודש פון מרנן ורבנן חברי הביד"ץ העדה החרדית, וועלכע זענען ארויס מיט א פייערדיגן מכתב קודש מחזק זיין די מחאות, און צוגלייך איז ארויס א קריאה קדושה פון מרנן ורבנן מנהיגי קהלות הקודש איבער'ן חובת השעה ארויסצוגיין אויף די מחאות, און טאן אלע ערליי פעולות אפצוהאלטן אז קיין איין איינציגער בחור זאל זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס.


די מחאות ווערן אפגעהאלטן ביים לשכת הגיוס ביי תל השומר, אנגעהויבן פון די צופרי שעה'ן, ווען עס זאמלען זיך איין טויזנטער אידן נאנחים ונאנקים על גזירת השמד, און שרייען אויס דעם ביטערן וויי געשריי ביים מקום החילול, לעצור את פני המשחית, און אפהאלטן די בחורים פון אריינפאלן צום צבא השמד.


נעכטן מאנטאג ביים מחאה האט מען אינעם הויכפונקט זוכה געווען צו מקבל זיין פני מרנן ורבנן די עיני העדה חברי הביד"ץ שליט"א, וועלכע האט זיך פערזענליך מטריח געווען צו מוחה זיין כדת של תורה, הגאון הגדול רבי יהושע ראזנבערגער שליט"א, הגאון הגדול רבי יהודה פישר שליט"א, הגאון רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א, הגאון הגדול רבי שלמה יהודה הירש שליט"א, כ"ק האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, הגאון רבי שאול סירוטה ממנהיגי ברסלב, הגאון הגדול רבי צבי פרידמן שליט"א און נאך ראשי הישיבות פון די ליטווישע קרייזן. ווי נאר די חברי הבד"ץ זענען אנגעקומען אויפן ארט האט מען אינאיינעם געזאגט פרקי תהילים להעביר את רוע הגזירה, נאכגעפאלגט מיט קבלת עול מלכות שמים.


די מוחים האבן דערנאך אויסגעשריגן דעם זעקת התורה און פראטעסטירט מיט מסירת נפש במלוא מובן המלה, גוי נתתי למכים, די רשעות'דיגע פאליציאנטן האבן געטיילט מכות אכזריות און גענימען אין ארעסט די מקדשי שם שמים, אבער דאס האלט גארנישט אפ פון מציל זיין נפשות ישראל, כהוראות גדולי ישראל.






























Comments


bottom of page