מיטוואך פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
אן אייגנארטיגער מעמד נתינת ראשית הגז איז די וואך פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א מיט די השתתפות פון די זקני החסידים ווען הרה"ח ר' ישראל אשר וואלעס הי"ו די אייגנטומער פונעם בארימטן 'ציציות וואלעס' פאבריק האט איבערגעגעבן די ראשית הגז פארן כהן הגדול מאחיו די רבי שליט"א, מיט וואס מען וועט פארברעצירן א פאר ציצית וואס די רבי שליט"א וועט שענקען אלס א מתנת קודש פאר די נדיבי עם קודש חסידי פינסק קארלין וועלעכע וועלן ביישטייערן סכומים הגונים פארן עקזיסטענץ פון די מוסדות הקדושים פינסק קארלין בארץ הקודש.
אין די יעצטיגע ימי בין המצרים קומט פאר די יערליכער מגבית "בעבותות אהבה", אויפצוהאלטן די פארצווייגטע מוסדות פון דער הייליגער קהלה, ווען אנדערש פון אלע יאהרן ווען די רבי שליט"א פארט ארום צווישן די שטעט אין ארץ ישראל ווי די חסידים שליסן זיך אן לטובת די מוסדות, האט די הנהלת המוסדות צוליב מצב בריאותו וחולשת גופו משנה געוועהן דער איינשטעל. דאס יאהר איז יעדע טאג פון די דריי וואכן געווידמעט פאר אנדערע גרופעס פון יעדע שטאט אריינצוקומען לקודש פנימה מיט די תרומת הקודש, ווען די רבי שליט"א פון זיין זייט גיבט צוריק אן אייגנארטיגע מתנת קודש פאר די נדיבים בעם דעם ערווענטן 'מתנת כהונה' נעמליך, א גאר מהודר'דיגע פּאר (וואלעס) ציצית מנופּץ לשמה, וואס איז געמאכט געווארן פון די ראשית הגז מתנות כהונה, וואס דער רבי - אלס כהן - האט באקומען פון ערליכע שאף האדעווער און פארמער, און דער רבי איז פּערזענליך פארמישט אין דער ערצייגונג פון דער חפץ של מצוה, דורכאויס דער לאנגער פּראצעדור, און לויט די שטאפּלען פון די נתינות, אזוי איז דער הידור פון די פּאר ציצית, וואס דער נדיב באקומט, אלס באלוינונג פאר זיין החזקת התורה והיראה.
די וועלכע זענען אין די נידריגע "קשר של אהבה" קאטאגאריע פון התנדבות, באקומען די מהודר'דיגע "ראשית הגז" פּאר ציצית, וואס איז טִוי לשמה דורכ'ן רבי'ן, ביז די העכסטע "קשר עוז ותעצומות" קאטאגאריע, וועלכע דערהאלטן דערפאר, א פּאר ציצית פון "ראשית הגז" וואל, וועלכע אלע טיילען פון דער ערצייגונג זענען געמאכט דורכ'ן רבי'ן שליט"א זעלבסט, אנגעפאנגען פון די ניפּוץ הצמר, דורכאויס די ערשטע פאזען פון די שפּינען דער פאדים פון וועלכן די ציציות ווערן געמאכט, ביז די שִזירה פון די פעדימער, וואס דערנאך ווערן זיי צוגעענדיגט דורך אינגעלייט יראים ושלמים.
בכלל, האט דער באגריף פון א ציצית מתנה פון רבי'ן, אינעם פּינסק'ער הויף, גאר א שטארקען באדייט, אזויווי דער פריערדיגער פּינסקער קארלינער רבי זצ"ל, ווי אויך אין דער קארלינער חדר, זענען פאראן פיל סיפּורים נפלאים, איבער א טלית קטן מתנה, וואס די רבי'ס האבען געגעבן פאר די חסידים, און איבער פארשידענע ישועות און רפואות צו וועלכן זיי האבן זוכה געווען דערצו. אין דעם פאל איז דער מתנה פון רבי'ן נאך פילפאכיג שטארקער, זייענדיג פון די וואל, וואס דער רבי, האט אלס כהן, באקומען אלס מתנת ראשית הגז, און ווידער ער אליינס איז עוסק אין די גאר מהודר'דיגע ציצית, און דערנאך שענקט ער דאס במתנה, פאר די מקושרים "בעבותות אהבה", לברכה ולישועה.
Comments