שארפע ווערטער לאור הזמן זענען געהערט געווארן נעכטן ביינאכט פון כ"ק מרן האדמו"ר מגאלאנטא שליט"א בבית מדרשו אין וומס"ב. דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן: "איך ווייס אז איך גיי פאר דעם ליידן, אבער איך האלט אז דאס געמוזט געזאגט געווארן". מיט גרויס ווייטאג האט די גאלאנטא רבי ארויסגעזאגט זייער קלאר און דייטליך וואס ס'גייט פאר די לעצטע תקופה אז ס'איז אויפגעשטאנען א כת מיט האט-ליינ'ס וואס ווערט געפיטערט טעגליך מיט ליצנות און דברי זלזול אויף רבנים ומנהיגי ישראל: ''ס'איז דא א האטליין, וואס טוט מבזה זיין תלמידי חכמים! אויף די שענסטע און בעסטע מורי הוראות יראים ושלמים וואס אונז האב מיר זאגן זיי דארט אלע לשונות של גנאי... ווען עס וואלט געווען א בי"ד וואלט מען זיי מנדה געווען, ס'איז נישט קיין שום ספק אין דעם! יעדער האלט שוין היינט אז קאראנא האט נישט קיין רפואה, דאס שטייט אין די גמרא "המבזה תלמידי חכמים אין תרופה למכתו" וואס דאס איז די מגיפה.
דער רב שליט"א האט ארוסגעברענגט אז ער איז נתגדל געווארן אין די ישיבה פון רביה"ק אין טראץ וואס רביה"ק האט געפירט שווערע מערכות למען קדושתן של ישראל האט ער קיינמאל נישט באטיטלט יענעם רב אז ער איז "מרבה ממזרים" אין אפילו ביי די בחורים האט קיינער נישט אזוי גערעדט, אין די זעלבע ביי אלע אנדערע ענינים. די מהלך פון אראפרייסן רבנים און רעדן אזוי וואו זיי קומט פון הרצל ימ"ש די מייסד הציונות וואס שרייבט אין זיין בוך "אראפ מיט די רבנים".
דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט: "איך האב נישט קיין הו"א אז איך גיי מתקן זיין די אידן, פונקט פארקערט, מארגן וועט שוין דארטן קעגן מיר, עס איז שוין געווען און עס וועט זיין... אבער פאר אונזערע אידן, דארף מען צו וויסן אז דאס איז אסור בתכלית האיסור"...
Коментарі