top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן תשובי וויליאמסבורג מיטגעהאלטן שבת מרומם בצל כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין שטאט וויליאמסבורג

מיטוואך פ' בשלח • ז' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: אברומי בערגער, JDN

 

חסידים ואנשי מעשה תושבי עיר ואם בישראל וויליאמסבורג יצ"ו האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם שבת בצילו פונעם אורח הדגול פון ארץ הקודש האי גאון וצדיק כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וועלכער איז געקומען צופליען אויף א באזוך לרגל א שמחה, און האט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו פראווען א שבת אין שטאט וויליאמסבורג ווי ער האט אפגעראכטן זיין געהויבענע עבודת הקודש בקרב חסידיו, מעריציו ותושבי העיר וועלכע האבן זיך מסתופף געוועהן בצילו פונעם רב שליט"א וועלכער איז ידוע איבער די וועלט פאר אן עובד ה' מנעוריו כחד מצדיקי קמאי און פילע חסידים און מעריצים זענען משכימים לפתחו און טוען נהנה זיין מאורו הבהיר.


דאנערשטאג ראש חודש אין לויף פונעם טאג האט דער רב שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, און ביי הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי. אויפדערנאכט האט דער רב שליט"א באשיינט די חתונה בבית הנגיד החסיד ר' יעקב אבעלעס הי"ו. נאכן חתונה האט די רב איבערגעגעבן די שיעור חומש רש"י כמנהגו מדי שבוע בשבוע, וואו עס האבן מיטגעהאלטן פילע חסידים ואנשי מעשה, און קרובי המשפחה, צווישן זיי הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א א פלאמעניק פונעם רב שליט"א.


אויף שבת האט די רב געהאט די אכסניא אין וויליאמסבורג, אין שטוב פון הנגיד החסיד רבי שלמה פעדער הי"ו, און די תפילות און סעודות זענען אפגעראכטן געווארן אין זאל פון מוסדות סאטמאר אויף פארק עוועניו, וואו מאסן תושבי העיר האבן געשטראמט אין די מאסן זיך אָנצושעפּן מלא חפנים פון די השתפכות הנפש'דיגע תפילות און געהויבענע טישן במחיצת הקודש.


שוין ביים דאַווענען איז דער זאַל געווען געפּאַקט עד אפס מקום. נאך מנחה האט דעם רב'ס זון הרה"צ רבי אהרן שמואל לעמבערגער שליט"א משמיע געווען דברי הכנה צום געהויבענעם שבת, און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו קבלת שבת, אַן אש קודש פון התלהבות און התרוממות האָט זיך געשפּירט אין די ד' אמות וואו דער רב שליט"א איז געשטאַנען און געדאַווענט, און אַרום האָבן זיך צונויפגעשטופּט פילע ערליכע יונגעלייט און עובדי ה'.


נאכן דאווענען איז מען דורך וואונטשן גוט שבת ביים רב שליט"א, דערנאך איז געווען צוגעגרייט די סעודת שבת ברוב פאר והדר, בעפאר קידוש איז אריינגעקומען צום אכסניא, הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד דומ"ץ פאפא בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכע האלט אן א נאנטע קשר מיטן רב שליט"א. ביים סעודה האט מען פארברענגט בזמירות ותשבחות לקל חי, מיט ברכת המזון האט דער רב שליט"א מכבד געווען הרה"צ רבי אפרים לעמבערגער בן אחיו הגה"צ אב"ד מאקאווא אלעד זצ"ל, ווען די סעודה האט זיך פארענדיגט האט זיך נאך אנגעזעהן א שטראם פון פילע אידן תושבי העיר וואס האבן געוואלט מיטהאלטן די געהויבענע עבודה.


שבת אינדערפרי באשמורת הבוקר פארן דאווענען האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן א שיעור כמדי שבת בשבתו ווי עס האט זיך משתתף געווען די פלאמעניק הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא וואס האט געוויילט אויף שבת אין שטאט, די סעודה בייטאג האט די רב געפראוועט מיט די יחידי סגולה, נדיבי עם בבית האכסניא, ווי עס איז געווען צוגעגרייט אויף גאר א עלעגאנטע פארנעם.


ביים שלש סעודות טיש האט זיך ווידער אנגעזעהן א שטראם פון הונדערטער אידן פון דער שטאט וואס זענען געקומען מיטהאלטן און כאפן א בליק אויפ'ן צדיק. אידן האבן זיך געשטופּט נאָנט צום רב שליט"א צו הערן די פייערדיגע דברות קודש וואָס זענען געווען מיט אן אש קודש, מיט התעוררות לתשובה ולמוסר, בהאי שעתא דבי' רעוא דרעוין, רעדנדיג די גרויסקייט פון פרשיות יציאת מצרים, הקריאה מעורר הזמן.


דער התרוממות'דיגער שלש סעודות האָט זיך פארצויגן ביז עטליכע שעה נאכ'ן זמן מוצאי שבת, וואו עס איז אויך פארגעקומען די שבע ברכות בבית הנגיד ר' יעקב אבעלעס הי"ו, נאך מעריב איז דער ציבור דורך זאגן א גוטע וואך.


שפעטער איז געווען זמני כניסה פאר נדיבים בעם, דערנאך האט דער רב שליט"א אפגעראכטן א באשיידענעם מלווה מלכה אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יואל וואלדמאן הי"ו אינאיינעם מיט א באנקעט לטובת די נייע ישיבה וואס ווערט געגרינדערט לקראת דעם קומעדיגן שנת הלימודים אין קרית אתא. פון דארט איז דער רב ארויסגעפארן צום ציון הק' פון הרה"ק מליובאוויטש זי"ע אין קווינס, און זיך דערנאך צוריק צום אכסניא אין מאנסי.




bottom of page