דאנערשטאג לך לך • ו' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
די וואך האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן שליט"א ארויסגעלאזט צום שטאט סאדיגורא אין אוקריינע אין באגלייטונג פון א גראפע חסידים פוקד צו זיין דעם ציון הק' פון זקינו דער הייליגער רוזשינער זי"ע בעצם יומא דהילולא ג' חשוון.
נאכן התעוררות'דיגן מעמד עלייה לציון איז דער רבי צוגעפארן צום היסטארישן קלויז אין סאדיגורא וואו ער האט זיך משתתף געוועהן ביים סעודות הילולא בראשות אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א, וועלכער האט מכבד געוועהן דעם רבי'ן ביותרת הכבוד. נאכן טיש האבן זיך האחים האדמור"ים ארויסגעלאזט אין א ברודערליכן ריקוד און זיך געזעגנט ברוב ברכות.
Comments