top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מוסדות צאנז אנגעלשאסן אין 'קאשקעטלעך רעוואלוציע' פאר בחורי התלמוד תורה'ס אין ארץ ישראל

פרייטאג פ' ואתחנן - י' אב תשפ"ג | קול בחצרות


נאכפאלגענדיג די דוכברוך פון קאשקעטלעך - דער נייע חסידישער לבוש פאר די בחורים אין די תלמודי תורה אין בני ברק ווען צענדליגער מנהלי הת"ת פון די חסידישע מוסדות אין בני ברק זענען ארויסגעקומען מיט א פאראייניגטער בריוו לקראת דעם נייעם שנת הלימודים קומענדיגען חודש אלול אז מהיום והלאה וועלן די בר מצוה בחורים אינעם תלמוד תורה טראגן קאשקעטלעך במשך די וואכן טעג אנשטאט די קאפעלוטש ווי ביז היינט. איז היינט געמאלדן געווארן פון חצר הקודש צאנז איבער א נייע תקנה וואס וועט ווערן איינגעפירט נישט בלויז אין בני ברק נאר אין אלע חדרים אינעם חינוך נעץ פון מוסדות 'דרכי אבות' צאנז אין ארץ ישראל בברכתו ובהכוונתו פון כ''ק האדמו"ר מצאנז שליט''א נעמליך אז די בחורים וועלן ערלויבט ווערן צו קומען אין חדר בלויז מיט א קאשקעטל, און ביי שמחות, שבתים ימים טובים און ספעציעלע זמנים, וועט מען קענען גיין געהעריג מיט א סאמעטענעם הוט. די נייע תקנה וועט אריינגיין אין קראפט דעם קומענדיגן זמן הלימודים חודש אלול.


אין א געמיינזאמע בריוו וואס איז היינט פארעפענטליכט געווארן דורך די מנהלי התלמודי תורה דחסידי צאנז שרייבן זיי אז דער תקנה ווערט איינגעפירט לטובת הציבור אין ליכט פון די אומגעהויערע פרייזן פון די סאמאטענעם הוטן, אין אז נאכן דורכשמועסן דעם נושא מיט כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א האט זיך די רבי באצויגן צו די ענין פון שינוי לבוש אין באטאנט אז אדרבה נישט נאר וואס די איז נישט קיין שינוי נאר דאס איז א המשך פונעם אמאליגן פארצייטישן לבוש מדור דור.


די בריוו איז אונטערגעשריבן דורך די מנהלי המוסדות אין קרית צאנז נתניה, ירושלים, בני ברק, אלעד, בית שמש, טבריה, ביתר אין חיפה.



Comments


bottom of page