דינסטאג לך לך • ד' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: שוקי לרר
הדרא דלא אפשר למפרט בשפוותא צו קענען שילדערן אפס קצהו פון דעם אויסטערלישן התעוררות וואס האט געהערשט אינעם עיר האבות וויזניצא, בצל הקודש פונעם ממשיך שולשילתא קדישא מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ביים מסע הקודש 'אכסוף' אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים די נדיבי ותומכי המוסדות וואס פון די געהויבענסטע מאמענטן זענען געווען די הייסע תפלות אינעם אהל הק' מקום מנוחת קדשו פונעם בעל הילולא די הייליגע 'צמח צדיק' זי"ע וואו נהרי נחלי דמעות זענען פאַרגאסן געוואָרן ביים איינרייסן אויף ישועות ורפואות אויף דעם הייליגן מקום, נאכגעפאלגט מיט די עריכת שולחן הטהור סעודת ההילולא בהתרוממות עילאה.
מיטוואך נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א געלאנדעט על אדמת ראמעניע אין די שטאט שאץ, ווי עס האבן אפגעווארט ביים פליגער שלוחי דרבנן הרב יענקל טסלר אינאיינעם מיט העסקן הרב חיים אשר פרומוביץ, פון דארט איז די רבי ארויסגעפארן מיט א מלכותדיגע שיירה אריבער די גרעניץ אויפן וועג צום עיר האבות וויזניצא. אויפדערנאכט האט די רבי שליט"א מקיים געווען דעם 'ואל אחוזת אבותיו ישוב' און אריינגעטראטן אינעם הייליגן שטאט וויזניצא, ביים אנקומען האט די רבי געדאווענט מעריב אינעם אכסניא ווי עס האט געדינט אלס שליח ציבור גיסו הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, און די רבי האט געזאגט קדיש לכבוד די הילולא קדישא.
אין לויף פונעם טאג האבן די עסקני הנסיעה ווארעם אויפגענימען די פילע געסט נאך א לאנגע נסיעה אין לויף פון די נאכט מיט א באן וואס איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן דורך די עסקנים, און זענען פלאצירט געווארן אינעם רייכן האטעל אין שטאט, עס איז געווען צוגעשטעלט די מקווה טהרה על צד היותר טוב, און אין די נאכמיטאג שעה'ן האט מען צוגעפירט דעם ציבור מיט די באסעס צום בית החיים.
אנקומענדיג אינעם בית החיים האט זיך די ציבור אומגעקוקט מיט התרגשות אויף דעם שפאגל נייעם ריזן אוהל וואס איז אויפגעבויט געווארן ברוב פאר והדר וברחבת ידים אויף די יסודות פונעם נאסטאלגישן אוהל על מקום מנוחת קדשם פון צדיקי בית וויזניץ, אומגעפער פיר דרייסיג איז דער רבי שליט"א ערשינען אין אהל הק' ווען אויף צורת קדשו איז אויסגעגאָסן אן אימה'דיגע ימים נוראים-פּחד, וטהור לב פסע מלא רגש והתעוררות איידערן מתפּלל זיין במקום קודש הקדשים מקום מנוחת אבותיו הק' לבית וויזניץ, ובראשם די הייליגע צמח צדיק זי"ע בעצם יומא דהילולא קדישא.
די אוהל הק' איז שוין געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה מיט די הונדערטער משתתפי הנסיעה וואס זענען געשטאנען אויף די הויעך שטאקיגע פאראנטשעס און ארום, און אויך אינדרויסן פונעם אוהל, ויהי המקום לחרדת אלוקים, ווען די רבי שליט"א קומט אן למקום מנוחת קדשם פון זיינע הייליגע אבות ובראשם די הייליגע צמח עם דמדומי חמה פונעם יומא דהילולא. אַריינקומענדיג אין אוהל הק' האָט דער רבי שליט"א שוין שווער געקענט באַהאַלטן רגשי לבבו, און האָט מיט א התרגשות אנגעהויבן די הייליגע נוסח לבית וויזניץ פון 'שלום עליכם' זייענדיג מקבל די אבות הקדושים שרפי מעלה, דאן האט די משמש בקודש הרה"ג ר' שאול גרינבערגער שליט"א אויפגעטראטן מיט דברי התעוררות און בבכי עצום אויפגעפלאמט דעם ציבור מעורר צו זיין רחמי שמים, און בפרט מתפלל זיין למען בריאותו השלימה ואריכות ימיו ושנותיו פונעם רעייא מהימנא די רבי שליט"א, טייכן טרערן האט זיך פארגאסן פון יעדער פון די פארזאמלטע.
דאן האָט מען אָנגעהויבן צו זאָגן פּרקי תהלים, ווען דער רבי שליט"א האָט אָנגעהויבן פארצוזאָגן ספר רביעי שבתהילים, און דערנאך קאפיטל ק"ז הודו לה' כי טוב בנוסח המקובל פון ערב שבת, דערנאך שיר המעלות ממעמקים פסוק בפסוק, און די יהי רצון בהתעוררות רב, דערנאך האט די רבי פארגעזאגט שטיקלעך פון סליחות וואס מזאגט יום כיפור ביי נעילה ונשמע קולו מיט הייסע בכיות אשר אם אבן הוא נימוח וואָס האָט יעדן מיטגעצויגן. דערנאך האט מען געזינגען די הייליגע וויזניצע ניגונים, חמול און עוד יזכר וואס מ'האָט איבערגעזינגן איינמאָל און נאָכאַמאָל מיט אן אויסטערלישן התרגשות.
דאן איז די רבי שליט"א צוגעגאנגען צו די ציונים הקדושים און געליינט קוויטלעך און מתפלל געוווען א תפילה חרישית, די גאנצע ציבור דאוונט מיט, גשים אל מול ארון הקודש באימה, בעת דער רבי שליט"א האָט מתמוגג געווען בבכי רב ועצום זייענדיג מתפּלל אויף ישועות און רפואות, ביים ארויסגיין האט מען געזינגען געפוילט אלעס גוטס, און ימים על ימי מלך תוסיף.
נאכן עליה לציון איז געווען צוגעשטעלט בהרחבה די סעודת הילולא און סעודת ראש חודש פארן גאנצן ציבור, און צום קלימאקס איז פארגעקומען די עריכת שולחן הטהור אויפן הייליגן שטח וואס איז געשטאנען די היסטארישע בית מדרש מקום שהתפללו אבותיו, וואו די הייליגע צדיקים האבן אפגעראכטן זייער הייליגע עבודה לאנגע יארן. די רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש מיטן קאלפיק און זיך געוואשן צום סעודה, די וויזניצע קאפעליע האט אנגעהויבן די ניגון 'אבינו מלכנו שמע קולינו קבל ברחמים וברצון את תפילתנו' וואס האט אריינגעשלעפט דעם ציבור אין א אומבאשרייבליכע התעוררות, ווען די רבי איז איינגעהילט אין א התרוממות עילאה און דביקות שלא מעלמא הדין, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, און געזינגען ניגוני ראש חודש און ניגוני הילולא, און הייליגע ניגונים לבית וויזניץ.
די רבי שליט"א האט געוונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש ארויסברענגענדיג די טיפע הרגשים שטייענדיג אין דעם הייליגן מקום באותו זמן 140 יאהר נאך די הסתלקות פונעם הייליגן צמח, אין דעם ארט ווי די בעל הילולא האט אפגעראכטן די הייליגע תפילות בשלהבת אש ובדמעות שליש, און אויסגעפוילט ישועות פאר כלל ישראל, דער רבי האט דערמאנט זכרונות פון זקינו די אמרי חיים, און מרחיב געווען בדברי אמונה ובטחון, און מסיים געווען מיט ברכות קדשו לרוב.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני קודש צווישן זיי די ניגון 'היה עם פיפיות' עיני עמך בם תלויות ווען די גאנצע ציבור האט מיטגעזינגען מיט א התעוררות דקדושה און דמעות פון התרגשות, אזוי אויך האט מען געזינגען די ניגון 'כי בי ירבו ימיך ויוסיפו לך שנות חיים' זייענדיג מעורר בזכות הצדיקים למען אריכות ימיו ושנותיו פונעם רבי'ן שליט"א, דערנאך האט הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ פארגעזינגען יזכור אהבתם לכבוד די הילולא.
דערנאך האט די רבי מכבד געווען חתנו הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א אויפצוטרעטן מיט א דרשה, בתוך דבריו האט די ראש ישיבה שטארק ארומגערעט אז די באשעפער האט מקדים געווען תפילה לצרה, אז די נסיעה איז שוין געווען פלאנירט לאנג בעפאר וואס מען האט געוויסט איבער דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד, די באשעפער האט מזמין געווען מ'זאל קענען מתפלל זיין און איינרייסן בזכות הצדיקים למען בריאותו השלימה, די קאפעליע האט צוגענדיגט מיט פריילעכע ניגונים, און מען האט פארענדיגט דעם טיש מלא וגדוש מיט התרוממות הנפש והתעלות אין לשער ולתאר, זיך גרייטנדיג צום הויכפונקט די היסטארישע שבת נועם הנשמות בצילא דמהימנותא בעיר האבות וואס איז געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט.
נעכטן זונטאג האט דער רבי פארלאזט וויזניצא אויפן וועג צום עיר האבות קאסוב, דער וויגעלע שטאט פון די הייליגע וויזניצער דינאסטיע מקום מנוחת קדשם פון ראשי שושלתא קדישתא הרה"ק בעל אהבת שלום ובנו הרה"ק בעל תורת חיים מקאסוב זכותם יגן עלינו.
אום 11:30 איז די רבי שליט"א אנגעקומען אויפן בית החיים און האט זיך אוועקגעזעצט ביים אריינגאנג צום אוהל הק' פונעם הייליגן תורת חיים ווא דער וויזניצע קאפעליע האט אנגעהויבן די מעמד התפילה מיט ווארימע ניגונים, מען האט אויסגעזאגט ספר רביעי שבתהילים בהתעוררות רב, דאן האט דער משמש בקודש הרב שאול גרינבערגער אויפגעטרעטן מיט הארציגע דיבורים זייענדיג מעורר זכות אבות ווען דערביי האט די רבי שליט"א אנגעהויבן די ניגון 'חמול', א באזונדערע התרגשות איז געווען בעת מען האט געזינגען די דריטע טייל פונעם ניגון אויף די ווערטער פון 'עוד יזכר' וואס איז מיוחס צום הייליגן אהבת שלום זי"ע, ווען די רבי שליט"א האט מיט א פלאם פייער מעודד געווען די ניגון, און האט אנגעצינדן ביי די הונדערטער אידן א להבת שלהבת וואס וועט נישט פארלאשן ווערן לעד ולנצח נצחים, דאן האט מען געזינגען וימלא משאלותינו מיט א התלהבות של שמחה, און די רבי שליט"א איז פארבליבן אינעם אוהל הקדוש און זיך משתטח געווען ביים ציון המצוינת אויסצובעטן למען ישועתן של ישראל, בעת די ציבור חסידים האט ממשיך געווען קיין סאדיגורא.
נאכמיטאג בפניא דמעלי יומא דהילולא קדישא פון זקינו הק' די הייליגער רוזשינער זי"ע, ג' חשון איז די רבי שליט"א אנגעקומען צום הייליגן שטאט סאדיגורא אשר שם חלקת מקוק ספון, דער רבי שליט"א איז - מפאת חולשתו פארבליבן אינעם ספרינטער ביים פתח בנין האוהל הק', וואו מען האט געזאגט די ט"ו שיר המעלות מיט גרויס התעוררות, שיר המעלות ממעמקים האט די רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק בנוסח ימים נוראים מיט גרויס השתפכות הנפש, נאך די מזמורי תהילים האט די רבי אנגעהויבן די הייליגע תנועה וואס איז מיוחס צום הייליגן רוזשינער, וואס האט מיטגעשלעפט די גאנצע ציבור אין א זעלטענע התעוררות און התלהבות אריינטרעטנדיג בעיצומו של יום מכפר באתרא קדישא דמר, נאך אמירת תהילים איז צוגעקומען צום רבי'ן, כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"אאון די רבי האט איהם ממנה געוועהן אלס שליח מתפלל צו זיין ביים אוהל הקדוש לרפואתו השלימה.
דערנאך האט מען באגלייט דעם רבי'ן שליט"א מיט ניגוני שמחה, און די רבי האט זיך ארויסגעלאזט צום עירפארט אין שטאט שאץ אויפן וועג צוריק אהיים למעון קדשו אין קרית וויזניץ, איבערלאזנדיג א רישומא דקדושה אויף די משתתפי הנסיעה וואס וועט פארבלייבן לעולמי עד ולנצח נצחים, אנגעפילט מיט זעק פון השפעות ברוחניות ובגשמיות.
Comments