מיטוואך וזאת הברכה ב' • י"ד תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער - JDN
הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן היינט מיטגעהאלטן דעם טיש פון מוצאי יום הקדוש בחצר הקודש אמשינוב וואס האט זיך אנגעהויבן פון די פארטאגס שעהן און האט זיך פארצויגן ביז די מיטאג שעהן היינטיגן מאנטאג, דער רבי שליט"א איז ערשינען צום טיש אום פיר אזייגער פארטאגס נאך מלובש בבגדי שבת, מען האט געזינגען די זמירות יצווה צור חסדו, קה ריבון און מלך שהשלום שלו וואס מען פירט זיך צו זינגען אין אמשינוב ביי די וואכעדיגע טישן, דאן האט די רבי געוואונטשן לחיים פאר יעדן באזונדער, געזאגט תורה און פארטיילט עפלעך פאר די חסידים.
מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געוועהן הרבני החסיד ר' שמואל זינגער הי"ו פון בארא פארק זון פון כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר זצ"ל, ארום צען אזייגער צופרי נאכן פארענדיגן די עבודת הקודש פון ברכת המזון האט זיך די רבי אויפגעשטעלט אין פארגעזינגען אין כאלוקינו כנהוג מיט גרויס התלהבות.
דערנאך האט זיך דער רבי שליט''א ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין אינאיינעם מיטן ציבור, ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, נאכן טיש זענען די הונדערטער חסידים דורך אל מול פני הקודש זיך געזעגענען נאך די געהויבענער ימים נוראים. עס איז שוין געוועהן נאנט צו איינס אזייגער מיטאג ווען די רבי שליט''א איז אהיימגעגאנגען לביתו נאווה קודש.
Comments