דאנערשטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שפ"ה, JDN
טויזנטער חסידי סלונים האבן זיך דעם מאנטאג מיטגעפריידט ביי די שמחת הנישואין בחצר הקודש. טראץ חולשת גופו הטהור האט כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א באשיינט די שמחה בנהירו דאנפין, ביי די חתונה פון די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' יעקב יצחק ווילהעלם שליט"א ר"ם בישיבת סלונים, מיט די כלה א טאכטער פון הרב אברהם וויינבערג שליט"א, אייניקל פון הרה"ק בעל ברכת אברהם מסלונים זי"ע, די שמחה איז געפראוועט געווארן בקול רינה וצהלה ובמקהלות אלפי חסידים אינעם גרויסן סלונימער בית מדרש אין די מאה שערים געגענט אין ירושלים.
נאכמיטאג איז די רבי ערשינען צום מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול, א ספעציעלער בריק איז אויפגעשטעלט געווארן פון ביתו נאווה קודש ביז צום חופה צו פארגרינגערן דעם וועג פארן רבי'ן שליט"א צוצוקומען צום חופה.
ביים מעמד החופה האט דער רבי שליט"א מסדר קידושין געווען און מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דעם רבינס שוואגער הגאון ר' ישראל לוריא שליט"א מרבני הקהילה, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן הרב יצחק ברזובסקי א ברודער פון רבי'ן, הרב שלמה וויינבערג א שוואגער פונעם רבי'ן און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דעם רבינס שוואגער כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א.
א קורצע צייט נאכן חופה איז די רבי ערשינען אינעם ביהמ"ד צום סעודת החתונה און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה אויפן אויבן אן מיט א צהלת פנים, מען האט באלד צוגעטראטן צום מצווה טאנץ וועלכע איז צום ערשטן מאל פארגעקומען איידער די סעודת החתונה, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות כנהוג, און די רבי שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודין לפני הכלה מיט אן אש קודש, און דערנאך מיט די חתן און מחותנים און בני משפחת המלוכה.
דאן האט זיך די רבי שליט"א געוואשן צום סעודת החתונה, ביי וועלכן מען האט געזינגען פילע ניגוני שבח והודאה אויף די גרויסע חסדים אז די רבי שליט"א טוט מפאר זיין בראש השמחה, נאך א שטארקע שוואכקייט וואס איז באפאלן דעם רבי'ן די לעצטע טעג, און האט - צוליב דעם נישט מיטגעהאלטן די שבת עליה לתורה.
אום 9:00 האט מען געבענטש ברכת המזון, און די רבי האט פארלאזט דאס בית מדרש, מען האט ממשיך געווען די חתונה מיט ריקודין של שמחה בשמחת חתן, און די מצווה טאנץ דורך די בני המשפחה.
Opmerkingen