דאנערשטאג לך לך • ו' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: י' שטיין
נעכטן מיטוואך נאכמיטאג האבן זיך די אריבער 1,300 תלמידי המתיבתא הקדושה אין קרית יואל פארזאלט אינעם ביהמ"ד הגדול צום מעמד פתיחת הזמן וואו דער ראש הישיבה כ”ק אדמו"ר מסאטמאר שליט”א האט משמיע געוועהן דעם “דרשת פתיחת הזמן” פאר אלע תלמידי הישיבה פון אלע סניפים וועלכע האבן געשלינגען מיט דורשט די קלארע מוסר רייד פונעם באליבטן ראש הישיבה.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, און ארויסגעברענגט אז מען דארף שטייגן אין ישיבה בתורה עבודה וגמ"ח, תורה: מען זאל לערנען און חזר'ן אז מען זאל קענען קונה זיין מסכת שבת גפ"ת וואס מען לערנט די יאר אין ישיבה, און אזוי אויך מיטהאלטן אלע שיעורי הישיבה הן אין גמרא און הן אין שו"ע און אזוי אויך איינהאלטן אלע זמני וסדרי הישיבה, סיי מיטן אויפשטיין פארטאגס און סיי די איבריגע סדרי הישיבה, עבודה: די תפילות דארפן זיין ווי עס פאסט פאר א ישיבה בחור, דאווענען אויפן קול ובמקום קבוע, גמ"ח: ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן סיי דורך גיין נאך געלט און סיי מיט א גוט ווארט אדער לערנען מיט א בחור וכו'.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די זכי' צו קענען לערנען דא אין אזא הייליגע ישיבה אוועק פון די גוי'אישע גאסן און מען זאל טאקע זען צו ממעט זיין אוועקצוגיין פון ישיבה, און דער רבי האט ממשיך געווען און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און אויסניצן די מוצאי שבתים מיט לימוד התורה און סעודת מלוה מלכה, זיך אפהיטן פון די כלים, און שטארק אויפגעפאדערט נישט צו האבן קיין טעלעפאון אין ישיבה - אפילו א כשר'ע, און מחזק געווען די תקנה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע נישט צו גיין צו חתונות, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה לקראת די ווינטער זמן הבעל"ט.
Comments