זונטאג פ' כי תבוא • י"ב אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער - JDN
כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א האט פאריגע וואך מאנטאג שופטים געלאנדעט אין ניו יארק לרגל די הקמת המציבה פונעם שווער הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל און לטובת ולביסוס מוסדותיו הק'. באלד ביים אנקומען קיין אמעריקא איז די רבי געפארן קיין וויליאמסבורג זיך צו משתתף זיין ביי די לוי' פון הרה"ח חיים רעכניצער ז"ל מחשובי חסידי דושינסקיא אין אמעריקע ומגדולי עסקני מוסדות דושינסקיא, וועלכער האט אויך געהאט די זכי' צו זיין דעם רבי'נס משב"ק און דרייווער ביי די ביקורי קודש אין אמעריקע, און איז ליידער פלוצלינג נפטר געווארן זייענדיג בלויז 52 יאר אלט. אנקומענדיג איז דער רבי צום ערשט ארויף צום שטוב פונעם נפטר ז"ל וואו ער האט שטארק מחזק געווען די צובראכענע אלמנה מיט די יתומים, דערנאך האט דער רבי זיך משתתף געווען ביי די הארצרייסענדע לוי' פארנט פון ביהמ"ד בית יוסף צבי דושינסקיא אויף ראס סט. וואו ער האט משמיע געווען דברי הספד בקול בוכים.
דינסטאג פארמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי די קינדער, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן א לענגערע צייט און ארומגערעדט בשבחו פונעם נפטר און איבער זיין איבערגעגעבנקייט פאר די מוסדות דושינסקיא בארצנו הק' נאך בימי אביו הגדול כ"ק מרן מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל.
פארנאכטס איז דער רבי אנגעקומען קיין וויליאמסבורג צום שטוב פון העסקן הרה"ח ר' יעקב אבעלעס הי"ו יושב ראש פון רבינ'ס צדקה קאסע אין אמעריקע "קופת הקודש", וואו ס'איז פארגעקומען גאר א דרינגענדער כינוס ספעציעל פאר אברכי דושינסקיא תושבי וויליאמסבורג לטובת דעם נייעם קרן יתומים, וואו דער רבי האט דערביי געבעטן יעדן אינגערמאן זיך מחייב צו זיין מיט לכה"פ $5000 פאר דעם צוועק, דערנאך זענען אלע אנווענזענדע אריין אין א חדר מיוחד וואו מען האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן די שטרי התחייבות אינאיינעם מיט קוויטלעך לקראת די הייליגע טעג הבעל"ט, אזוי אויך דורכאויס אלע פארבליבענע טעג וואס דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אין אמעריקע האט דער רבי עוסק געווען צו שאפן שווערע געלטער ביי נדיבי העם לטובת הקרן כדי אז די משפחה פון ר' חיים ז"ל זאל זיך קענען געהעריג אוועקשטעלן אויף די פיס.
Comments