top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צהלי ורוני יושבת ארגענטינא: היסטארישע בליץ-באזוך פון האד' מסאטמאר בקרב יהדות ארגענטינא ג' וירא

דינסטאג לך לך • ד' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט שפאנונגספולע רגשי לבבות איז נארוואס אויפגענומען געווארן ביים ערליכן ספרד'ישן אידנטום אין בוענאס איירעס ארגענטינא, איבער'ן ביאת צדיק אל המקום, א היסטארישע בליץ-באזוך וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און וועט אריינבלאזן א טל של חיות והתחזקות ביים ארטיגן ציבור וואס קוקט ארויס דערויף בכליון עינים.


דער סאטמארער רבי שליט"א וועט אפשטאטן דעם באזוך דעם קומענדיגן דינסטאג וירא, זייענדיג על אם הדרך אונטערוועגנס אויף א מסע השגחה ופיקוח קיין דרום אמעריקע צו די מהודר'דיגע גסות-שחיטה דורך די "מיעל מארט" פירמע אין אוריגוואי וואס שטעלט צו מהודר'דיגע פלייש פאר חסידי סאטמאר אין ניו יארק, וואו דער רבי וועט געבן די השגחה אין מפקח זיין אויף די גאנצע סדר פון די גסות-שחיטה, און וועט גלייכצייטיג זיך אפשטעלן אין ארגענטינא און אויסנוצן די געלעגנהייט צו מחזק זיין די ארטיגע היימישע קהילה.


אנקומענדיג אין שטאט דינסטאג צופרי וועט דער רבי שליט"א גלייך צופארן צום גרויסן ביהמ"ד דאווענען שחרית, און נאכ'ן דאווענען וועט פארגעקומען א מעמד לחיים און קבלת פנים וואו די תושבי העיר וועלן אריבערגיין און מקבל זיין ברכת הקודש פונעם רבי'ן.


נאכן דאווענען וועט זיך דער רבי ארויסלאזן קיין אוריגוואי אין באגלייטונג פון הרבנים הגאונים הצדיקים און די דיינים וועלכע געבן די השגחה אויף די בוטשער סטאר'ס און זענען פערזענליך פארמישט אין אלע חלקי השחיטה רונדע די יאהר, דער רבי וועט זיך אויפהאלטן איבערן טאג אינעם שלאכט-הויז אין אין זיך אומקוקן אויפן הלוך ילך אינעם גאנצן בית השחיטה, אויפדערנאכט וועט זיך די רבי שליט''א צוריק קערן למעון קדשו אין קרית יואל.

Comments


bottom of page