top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' נשא - י"ב סיון תשפ"ג | קול בחצרות

 

זכר צדיק וגאון לברכה לחיי העולם הבא • הונדערטער טויזענטער אידן האבן אנטיילגענומען די וואך ביים מסע הלווי' פון מרן ראש הישיבה הגרי"ג אדלשטיין זצוק"ל ווען צענדליגע טויזענטער אידן תלמידים רייסן קריעה כדין תלמיד על רבו. הג"ר צבי גריינימאן שליט"א, זון פון דעם באקאנטן גאון רבי חיים זצ"ל פלומעניק פונעם חזון איש, וועלכער איז געווען דער איינציגער אויף וועמען דער ראש ישיבה ר' גרשון זצ"ל האט זיך פארלאזט מיטן כשרות פון די שופרות מיט וועלכע ער האט געבלאזן ר"ה, איז ערשטוינט געווארן בלויז 2 שטונדן נאך דער פטירה ווען ער האט ערהאלטן א טעלעפאן רוף פון א משפחה מיטגליד וועלכער האט זיך נאכגעפרעגט וואו ער איז, ערקלערנדיג אז דער ראש ישיבה זצ"ל מיט זיין געוואלדיגע זהירות בממון חבירו, האט געלאזט צוואה מען זאל אים נישט באערדיגן בעפאר מען האט אפגעגעבן אלע געבארגטע זאכן וואס ער האט געהאט ביי זיך, פאר זייערע אייגנטימער. קרישקעס האט האט זיך באטייליגט ביי די מסע הלווי' ווען אסאך אינערסאנטע בילדער זענען באמערקט געווארן, צווישן זיי די פאלגענדע קרישקע בילד וואס רעד פון זיך אליין...

מאנטאג א טאג איידערן הסתלקות האט נאך דער ראש הישיבה פארגעלערענט זיין לעצטע שיעור אין שפיטאל איבערגעגעבן פאר א געקליבענע צאל תלמידים.

קרישקעס האט באמערקט ביים מסע הלווי' פון מרן ראש הישיבה הגרי"ג אדלשטיין זצוק"ל אן אינטערסאנטער פלאץ ווי די תלמידים האבן געקענט מיט האלטן די לווי' פון דער הייך.

הגאון רבי גרשון אדלשטיין זצ''ל איז נסתלק געווארן געציילטע טעג נאכן ליינען אין די תורה הקדושה אין פרשת 'נשא', וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער: "נָשֹׂא אֶת רֹאשׁ בְּנֵי גֵרְשׁוֹן גַּם הֵם לְבֵית אֲבֹתָם לְמִשְׁפְּחֹתָם". זאל ער טאקע זיין א מליץ יושר עלינו ועל כל בית ישראל.

מיטהאלטענדיג די מסע הלווי' פון מרן ראש הישיבה הגרי"ג אדלשטיין זצוק"ל דא אויפן וועבזייטל האט קרישקעס באמערקט דער בארימטער פאָטאָגראַפער הרב שוקי לרר ביי די עבודת הקודש אינעם היכל הישיבה.

המקובל הרה"צ רבי דוב קוק שליט"א ווערט געזעהן ביים זיך רייסן קריע איידערן מסע הלווי' פון מרן ראש הישיבה הגרי"ג אדלשטיין זצוק"ל.

ערשטע נאמען נאכן רה"י • דינסטאג אינדערפרי, ווען עס איז אנגעקומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פונעם פאנאוויטשער ראש ישיבה הגרי"ג אדלשטיין זצ"ל, האט קרישקעס געזעהן אז דער ראש ישיבה'ס תלמיד ומקורב הר"ר יצחק אבראמאוויץ הי"ו האט דאן געהאלטן ביים מאכן א ברית פון א קינד למזל טוב. הערנדיג די בשורה האט ער באלד דערנאך ביים קריאת השם א נאמען געגעבן דעם ניי געבוירן קינד ירחמיאל גרשון נאכן ראש ישיבה זצ"ל.

אן הערליך בילד ערשיינט יעצט נאכן פטירה פונעם פאנאוויטשער ראש ישיבה הגרי"ג אדלשטיין זצ"ל ווי ער אליין גייט אנצינדן דעם ג'ענעראַטאָר פרייטאג. בילד קרעדיט: שוקי לרר.

צווישן די טויזענטער אידן איבער די וועלט האט קהילת קוידינוב – א שכן טוב מיט די פאנאוויטשע ישיבה - באוויינט די שרעקליכע אבידה, א ספעציעלע מודעת אבל איז ארויסגעשטעלט געווארן מטעם הקהילה, ווי עס איז געמאלדן געווארן אז די טויזענטער מלווים קענען אריינקומען אין ביהמ"ד זיך דערכאפן דאס הארץ.

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביים אנווינטשן טעלעפאניש א ברכת מזל טוב פאר גיסו ומחותנו גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א ביים ווארט פון זייערע אייניקלעך.

אן אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט זינטיג צופרי ביים טיש פון שלש סעודות אין נעילת החג בחצר הקודש אמשינוב ווען די רבי שליט"א האט איינגעדרימלט אינימיטן טיש פאר געציילטע מינוטן שלא כהרגלו נאך גאנצע 48 שעה וואס די רבי האט זיך נישט אריינגעלייגט אין קיין בעט, נאר אפגעראכטן א אויסערגעווענדליכע עבודה למעלה מהשגת אנוש.

כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט פארלאפענעם וואך שבוע שחל בו שבועות איבערגעגעבן א ספעצילע שיחות קודש פאר די ראשי הנהלת ארגון 'ושננתם' לקראת חג מתן תורתנו, וואס איז פארעפענטליך געווארן אינעם צייטונג המודיע דורכן בארימטן שריפטשטעלער הרב טוביה פריינד.

די שוואגער'ס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א ביי ניחום אבילים ביי אדמורים לבית דעעש שליט"א.

די וואך איז פארגעקומען אין שטאט מאנסי די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי הר"ר משה פרידמאן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר, א זון פון זיין זון הר"ר יואלי פריעדמאן, ביים שמחת החתונה וואס איז פארגעקומען אין שטאט מאנסי האט קרישקעס באמערקט ווי ר' משה איז פארטיפט אין אן שמועס מיט די רבנים הגה"צ שליט"א כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי, אין אב"ד סאטמאר מאנסי, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע היסטארישע שמועס.

א הארציגע בריוו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א וואס די רבי האט אפגעשריבן פאר די קהילה אין שטאט מאנטשעסטער נאך די ווארימע אויפנאמע ביים רבי'נס באזוך אין שטאט.

העסקנים בקודש פנימה • די חשובע און געטרייע עסקן שראלי אייזענבאך וואס געט זיך אוועק פאר טובת הכלל והפרט און פאר יעדע יחיד באזינדער וואס לויפט פאר ווידערוויילינג פאר טראסטי אין ספרינג וועלי, בקודש פנימה פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט האברך החשוב שמואל סמיט.

הנה ימים באים • פיבערהאפטיגע הכנות ווערן געמאכט אין קרית בעלזא אין ירושלים לקראת דעם גרויסן שמחת בית צדיקים, שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א לרפו"ש.

זה השער לד' צדיקים יבואו בו לקראת די שמחת החתונה בחצר הקודש בעלזא האט קרישקעס באמערקט פארענט פון ביתו נאוה קודש פונעם בעלזא רב'ס שטוב, א הערליכן שער ביים אריינגאנג לרגל די שמחת החתונה וואס וועט געפראוועט ווערן דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת שלח הבעל"ט.

שם טוב שטריימל בקודש פנימה • הרה"ח ר' יענקל פריד אינאיינעם מיט די בעלים פונעם בארימטן 'שם טוב שטריימלך' אין ארץ ישראל זענען היינט אריין בקודש פנימה צו כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א לרפו"ש מיטן נייעם שטריימל פארן חתן הרב ישראל מנחם נחום שליט"א וואס די וואך שבת איז דער אויפרוף, און די רבי שליט"א האט אנגעטוהן דעם שטריימל פארן חתן, אזוי אויך האבן די חשובע געטרייע בעלים געשאנקען דעם רבין א מתנה א נייע שטריימל לכבוד די שמחת החתונה, א ספעצילער שטריימל וואס וועגט וויניג כדי ס'זאל זיין גרינגער פארן רבי'ן שליט"א, דערנאך האט די רבי זיי אנגעווינטשן מיט ברכות לרוב אין הצלחה אין סיעתא דשמיא אויף ווייטער בכל העניינים.

כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין ביים מנחם אבל זיין בני מרן הגאון רבי גרשון אדלשטיין זצ"ל, ווי די רבי האט באקומען די קארטל וואס האט אויף זיך אויף געשריבן 5 זאכן צו טוהן לע"נ, וואס ווערט פארטיילט פאר אלע וואס קומען מנחם אבל זיין.

א ברכת מזל טוב פאר די הונדערטער ילדי תשב"ר וואס וועלן אנהייבן לערנען די הייליגע תורה הקדושה, פאלגענד האט קרישקעס באמערקט א שיינעם רשימה פון אדמורי"ם ורבנים שליט"א פון איבער די וועלט, אין א באגריסונג לכבוד די געהויבענע זיידעס כ"ק מרנן האדמורי"ם ורבנים שליט"א לרגל די חומש סעודה פון זייער אייניקל בקרב מוסדות סאטמאר בארא פארק, וואס קומט פאר קומענדיגע וואך זונטאג בהעלותך הבעל"ט אין ביהמ"ד הגדול דקיט"ל ד'סאטמאר ב"פ בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נשיא המוסדות.

הרב ארי' אלישיב שליט"א משב"ק ונאמן ביתו פון הגרי"ש אלישיב זצוק"ל בקודש פנימה פון רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק הראב"ד שליט"א מרא דארעא קדישא להתברך לרגל די בר מצוה פון א אייניקל.

דער בארימטער אמעריקאנער זינגער הרב מרדכי בן דוד (MBD) וואס האט געוויילט אין ארץ הקודש באזוכט ביי הגה''צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.

האדמו"ר ממיאלען שליט"א איז זיך משתתוף ביי א שבע ברכות פון איינע פון די חסידים רייכערנדיג א ציגרעטל כמנהג צדיקים.

קרישקעס האט די וואך באמערקט אינעם לופטפעלד כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א וואס איז געפארן אויף א קורצע באזוך קיין אנטווערפן, וואו ער איז ענטפאנגען געווארן דורך אנשי שלומו ומעריציו ביי א ספעציעלן קבלת פנים וועלכע איז איינגעארדנט געווארן לכבודו. דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק בעניני החינוך אין די שטאט. אויפן בילד ווערט געזעהן די רבי שליט"א אינעם לופטפעלד.

אין מאנסי ווערט אין די יעצטיגע טעג פראכטפול פארענדיגט די נייע ביהמ"ד באר משה אונטערן נשיאות פון הרה"ג יהושע לייפער שליט"א נשיא ממלכת עוז והדר, אויפ'ן בילד ווערט געזען די דרויסענדיגער אריינגאנג די שער הביהמ"ד פראכטפול פארענדיגט לשם ולתפארת געבויט מיטן אויסזען פון די באקאנטע אייקאנישע ווילנא גמרא שער בלאט.

כאחד האדם • ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ווערט געזעהן זיצן לערנען אין א קליינעם בית מדרש איינער אליין.

האדמו"ר מבישטינא שליט''א ביי א פארברענג דער וואך ארומגענימען מיט חסידים ואנשי מעשה.

דער בארימטער משמח אלוקים ואנשים הרב יונתן שווארץ ביים מזכיר זיין רבו כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א לרפו"ש ביי די חופה פון בנו החתן פארלאפענעם וואך.

כאחד האדם • האדמו"ר מסטראפקוב ווערט געזעהן אויפן פליגער אויפן וועג צוריק נאכן וויילן אויף יום טוב שבועות אין שטאט צאנז אין פוילין.

כאחד האדם • קרישקעס האט די וואך באמערקט א שיינעם מחזה ווי האדמו"ר מסטראפקוב שליט"א ווערט געזעהן אינעם לופטפעלד אין פוילין איידערן זיך צוריק קערן למעונו אין ארצינו הקדושה, א סטראפקוב'ער חסיד פארציילט פאר 'קרישקעס' אז די רבי שליט"א באמערקענדיג אז איינער מאכט בילדער האט די רבי געזאגט פאר יענעם אז די רענצלעך זענען אנגעפילט מיט השפעות טובות.

שיחות חבירים • כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב אין כ"ק גאב"ד מאקאווא אין אן העפליכע אינטערסאנטע באגעיגעניש אינעם לופטפעלד אין תל אביב איידערן ארויספארן קיין אייראפע אויף יום טוב שבועות. דער מאקאווא רב האט איבערגעגעבן א קוויטל פארן סטרופקובער רבי שליט"א ער זאל אים אינזין האבן ביי די מקומות הקדושים.

איינער אליין כאחד האדם • כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א ווערט געזעהן איינער אליין שטיין אינעם בית החיים פוקד זיין די ציונים הקדושים אויפן הר המנוחות.

דער בעל מנגן ר' ליפא שמעלצער מיט כ"ק הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א, פון וועם ער האלט זיך א תלמיד, ביים מקבל זיין ברכת הקודש געציילט מינוטן איידער כניסת יו"ט שבועות אין עיר הקודש מעזבוז אין אוקריינע.

קרישקעס זעהט ליפא לערנען מיטן מאקאווא רב שליט"א די וואך זונטאג אסרו חג אין מעזבו'ז אקריינע.

כאחד האדם • כ"ק הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א ווערט געזעהן אינעם פאדערשטן זיץ אויפן באס אין אקריינע.

א הערליך בילד וואס הנהלת מוסדות טשערנאביל האט פרעזענטירט פאר הנגיד ר' דוד בייטעל פון בארא פארק מגדולי תמוכי המוסדות ביי א באנקעט דער וואך לטובת מוסדות טשערנאביל בארה''ק.

הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא ביים זיך משתתף זיין די וואך ביים שמחת החתונה פון די פאטאגרעפירער בחצר הקודש בעלזא ר' אנשיל בעק.

כ"ק אדמו"ר מנדבורנה אלעד שליט"א וואס האט דער וואך אריינגעגעבן א ספר תורה לבית מדרשו האט געלאזט אויפנייען די זעקס פסוקים 'תורת ה' תמימה וכו'' אויפן מעיל פונעם ספר תורה, לויט ווי עס ווערט געברענגט פונעם חיד''א, דער מעיל איז אויפגענייט דורך דער בארימטער גראפיקער אבי אשר. והנה זה לפניכם...

ויהי בימי קציר חטים • קרישקעס האט די וואך באמערקט כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א ארויסקומען פונעם טרעקטער נאכן שניידן די ווייץ לקראת יו"ט פסח תשפ"ד.

הגאון רבי בנימין אייזענבערגער שליט"א ביי א באזוך בקודש פנימה ביי הגה"צ המשפיע רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מברסלב.

הגה"צ אבד"ק וויזניץ אין הגה"צ אב"ד וויז'ניץ אלעד שליט"א ביים זיך משתתף זיין די וואך ביים שמחת נישואי נכדו פון הנגיד ר' יעקב שלום פישר ז"ל.

ווערט אויך געזעהן ביים שמחה הרה"צ ר' שלמה צבי אלתר שליט"א אין הרה"צ ר' דוד אלתר שליט"א, פון אינטער האט קרישקעס באמערט דני ורדיגער מנכ"ל יש חסד ביים שמחת נישואי נכדו פון הנגיד ר' יעקב שלום פישר ז"ל.

בית המדרש הגדול סאטמאר אין בני ברק הערליך באצירט לקראת יו"ט שבועות העעל"ט.

זקני תלמידי החזון איש • מרן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ביים זיך משתתף זיין ביים שמחת נישואי נין פון הגאון רבי יודל בויאר שליט"א.

א מלכות'דיגע קארעטע צוגעגרייט פאר מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, אויף וואס דער רבי איז געפארן ביים גרויסן מעמד הכנסת ספר תורה דעם פארגאנגענעם זונטאג בחצר הקודש.

בשירה מרגשת • תלמידי ישיבת 'עטרת ישראל' אינאיינעם מיטן ראש הישיבה הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי שליט"א ביים זינגען ווארימע ניגונים במוצאי חג השבועות מול הכותל המערבי, ווי מען האט איינגעריסן וועלטן לרפואתו פון מרן ראש הישיבה מרן הגרי''ג אדלשטיין זצוק''ל.

העסקן הרב שמעון שישא ביים איבערגעבן מנחת ביכורים פון כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א פארן פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים הגאון הגדול רבי משה שטרנבוך שליט"א וואס ער האט איבערגעבען לכבוד יו"ט שבועות.

לכבוד דעם יו"ט שבועות האט א איד מחשיבי חסידי סאדיגורה געלאזט אויפנייען א ספעציעלער גארטל וועלכע זאל זיין פונקט צוגעפאסט צו די סייז פון הב' חזקי טורנהיים הי"ו, דער יונגער בחור'ל וועלכער אינספירירט טויזנטער מיט זיינע העלדישע פארמעסטונגען איבערקומענדיג זיינע שוועריגקייטן. שבועות ביינאכט ביים ווינטשן גוט יו"ט האט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א געהערט איבער דעם, און האט אויסגעדרוקט רצון קדשו אליינס אנצוטאן דעם נייעם גארטל פאר חזקי הי"ו, ווינטשנדיג דערביי ער זאל זוכה זיין עס צו נוצן געזונטערהייט פאר לאנגע יארן. אינעם בילד ווערט געזעהן חזקי טאנצן מיטן ספר תורה אינעם ריזן היכל בית מדרש הגדול בית וויז'ניץ ביים מעמד הכנסת ספר תורה די וואך.

האדמו"ר מסאדיגורה-ירושלים שליט"א ביים זיך משתתף זיין די וואך ביים מעמד סיום הרמב"ם אין סיומי מסכתות דורך תלמידי מוסדות חב"ד אין אשקלון, ווי די רבי האט משמיע געווען ווארימע ווערטער פאר די לומדים.

פארלאפענעם וואך מאנטאג איז נפטר געווארן הרה"ג ר' ישראל מאיר זאקס ז"ל, בן הג"ר צבי הירש זצ"ל, בן הג"ר מענדל זצ"ל איידעם פונעם חפץ חיים זצ"ל וועלכער האט מכהן געווען אלס ראש ישיבה אין די ראדין'ער ישיבה. ער איז געבוירן אין יאר תשי"ג, 20 יאר נאך די פטירה פון זיין גרויסן עלטער זיידן דער הייליגער חפץ חיים זצ"ל, ונקרא על שמו. כל ימיו איז געווען עמלו בתורה און ער איז געווען דבוק בדרכי אבותיו. ער האט זיך געמוטשעט מיט זש"ק און איז ערשט געהאלפן געווארן מיט א קינד 20 יאר נאך די חתונה. עטליכע חדשים צוריק, בעפאר פסח, האט ער חתונה געמאכט זיין בן יחיד און איצט איז ער נפטר געווארן אין עלטער פון 69 יאר. יהא זכרו ברוך.

מראות כהן • שטייענדיג איידערן דערהויבענעם שמחת בבית צדיקים ווען עס וועט גיין אינטער די חופה החתן נכד כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן האט קרישקעס געטראפן אן הערליך שיין בילד פון רבי'ן וואס רעדט מער ווי טויזענט ווערטער, אן הערליך געמאלן בילד פון די דערהויבענעם ריקודין לפני הכלה פונעם תולדות אהרן רבי'ן שליט"א.

ברכת מזל טוב להרה"ח ר' משה יוסף צימעט משב"ק ונאמן ביתו לכ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א לרגל שמחת נישואי בנו החתן למזל טוב ובשטומ"צ.


ברכת מזל טוב להצלם בחסידות בעלזא אנשיל בעק לרגל שמחת החתונה למזל טוב בשטומ"צ.


ברכת מזל טוב להחתן מענדי בראנד מבאי ביתו של מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, לרגל שמחת אירוסיו למזל טוב בשעטומ"צ.


Comments


bottom of page