דאנערשטאג פ' ואתחנן • י"א אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בָּנֹה בָנִיתִי בֵּית זְבוּ"ל, שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ! מיט אויסטערלישע פריידיגע געפילן האבן חסידי זוועהיל אויפגענומען די בשורה טובה ומרנינה איבער די שמחה בבית צדיקים, די שידוך שליסן פון כ"ק אדמו"ר מזעווהיל שליט"א פון אמעריקא, וועלכער איז אין א מזל'דיגע שעה א חתן געווארן מיט די הכלה החשובה שתחי' טאכטער פון הגה"צ רבי לייבוש ראבינאוויטש שליט"א אבד"ק שערי מרדכי אין מאנטשעסטער, בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל בעל מבשר טוב און איידעם ביי הגה"צ ר' אלי' שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפען.
שטייענדיג אצינד צוויי יאר זינט דער רבי שליט"א איז ליידער נתאלמן געווארן פון זיין אשת נעורים הרבנית הצדיקת ע"ה, טאכטער פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מיט וועם ער האט אויפגעשטעלט גאר א שיינעם דור לשם ולתפארת, איז די שמחה גאר גרויס ווען מען קוקט צו ווי בית צדיקים יעמוד, ובהודאה על העבר ובקשה על העתיד דריקט מען אויס א געבעט צום באשעפער אז דער רבי שליט"א זאל זוכה זיין צו שמחה ונחת תמיד.
Comentarios