top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי בארא פארק רישן זיך מיטצולעבן "קרעטשניפער שבת שירה" בצלו פונעם אורח הדגול האד' מקרעטשניף י-ם

דינסטאג פ' בא • כ"ח טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

בשמחה רבה ווערט אויפגענומען די ידיעה ביי תושבי בארא פארק איבער א ביקור קודש אין שטאט דורך כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א פון ירושלים, וואס וועט אפרעכטן דעם קומענדיגן שבת שירה בקרב העיר אויף א געהויבענעם פארנעם בהשתתפות פילע חסידים און מעריצים ותושבי העיר.


דער רבי שליט"א לאזט זיך ארויס אויף די נסיעה קיין חו"ל דעם קומענדיגן מאנטאג בשלח לטובת די ישיבתו הק' מבצר התורה קרעטשניף על טהרת הקודש ישיבת וואס געפונט זיך אין שטאט אלעד, און וועט באשיינען עטליכע שמחות פון נגידים בעם תומכי הישיבה, ובפרט די שמחת החתונה בבית הנגיד ר' מיכל גאלדשטיין הי"ו וואס קומט פאר דעם קומענדיגן מאנטאג יתרו.


דורכאויס פרשת בשלח וועט דער רבי שליט"א אויפנעמען דעם ציבור לעצה ולברכה און באשיינען מעמדים נשגבים. דער גרויסער שבת שירה וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן אויף א גרויסן פארנעם בקרב עם סגולה, אין די זאלן פון "עטרת גאלדא", וואס ווערט פולקאם ארויסגעדינגען צו קענען אקאקמאדירן דעם פלייץ משתתפי השבת.


דער וועד האש"ל איז אקטיוו מיט העפטיגע הכנות לקראת שבת, צו פלאצירן די פילע געסט סיי מיט מקומות לינה און סיי מיט די סעודות שבת, ובפרט מיט'ן אהערשטעלן דעם עריכת שלחן הטהור פרייטאג צונאכטס וואס ווי באקאנט איז שבת שירה איינע פון די גרעסטע שבתים אין יאר בחצר הקודש קרעטשניף, וואס די צדיקי בית קרעטשניף האבן אריינגעלייגט א עבודה נלהבה, ספעציעל ביים פארזינגען שירה נאכ'ן טיש מיט א קאך און דביקות של שמחה.


בצאת השבת וועט דער רבי שליט"א מעריך זיין די הייליגע "שלש סעודות" און משמיע זיין די פלאם פייערדיגע דברי כיבושין לכבוד די ימי השובבי"ם מעורר צו זיין בהתחזקות לתשובה ותיקון המעשים. די אכסניא במשך די וואך וועט זיין ביי הרבני הנגיד ר' שלמה גאלדשטיין.


Comments


bottom of page