דינסטאג פ' נשא - י' סיון תשפ"ג | קול בחצרות
אין די צייט וואס שווערע טויזנטער אידן פון איבער גאנץ ארץ ישראל לאזן זיך ארויס אין וועג קיין בני ברק צום מסע הלוי' פונעם פונוביז'ער ראש ישיבה הגאון רבי גרשון אדלשטיין זצ''ל קומען פאר נאכאנאדע זיצונגען אין די מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק דורך די באי ביתו פונעם ראש ישיבה אינאיינעם מיט די פאליציי אין הצלה פון בני ברק אין ארום אויסצוארבעטן די פונקטליכע פלענער וויאזוי די לוי' וועט צוגיין אין אז עס זאל נישט צוקומען צו קיין מצב פון סכנת נפשות.
פאליציי שאצן פאר א מאסן שטראם פון שווערע הונדערטער טויזנטער אידן צום לוי', ספעציעלער פארשטערקערטער טראנספארטאציע ווערט אראנזשירט פון אלע שטעט אריינגערעכנט באנען פון פאשידענע שטעט אין ארץ ישראל צו פארגרינגערן די טראפיק וואס איז ערווארטעט. ווי אויך זענען איינגערישט געווארן א צאל פארקינט לאטס ביים אריינגאנג צום שטאט בני ברק פאר די הונדערטער באסעס פון אויסער די שטאט.
די לוי' וועט ארויסגיין ווי געמאלדן 3:30 פון די פונוביז'ער ישיבה צום ריכטונג פונעם בית החיים דורך די גאסן פון חפץ חיים, מהרש"ל, רבי עקיבא אין רחוב חזון איש.
צו פארמיידן א געדרענג ביים לוי' האט די פאליציי פארארדענט אז די מיטה זאל געפירט ווערן בלויז אין א אמבולאנס, ווי אויך איז געמאלדן געווארן אז צוליב די שווערע היצן וועלן די הספדים געהאלטן ווערן גאר קורץ.
על פי הוראת הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי ראש הישיבה זאלן אלע תלמידים רייסן קריעה כדין תלמיד על רבם.
זיצונג אין שפיטאל צווישן די מקורבים אין די פאליציי אויסצוארבעטן די פרטי הלוי'.
א ביטול מלאכה איז אויסגערופן געווארן מטעם די רבני העיר בני ברק בשעת די גאנצע מסע הלוי'.
דעם ראש ישיבה'ס פלאץ בהיכל הישיבה פאר'אבל'ט.
הונדערטער אידן אינעם באן סטאנציע אין ירושלים אויפן וועג צום לוי' אין בני ברק.
Comentarios