top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בצל האבות: מרן אדמו"ר מוויזניץ נעמט אונטער היסטארישע מסע קודש קיין "וויזניצא, אוקריינא" לרגל הילולת הצמח צדיק זי"ע

דאנערשטאג פ' כי תבוא • ט"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

ברגש עילאה ווערט אויפגענומען ביי חסידי וויזניץ די פריידיגע ידיעה איבער א היסטארישע נסיעה וואס מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועט אונטערנעמען תיכף נאך סוכות צום עיר האבות וויזניצא, אוקריינא, לרגל די 140'סטע הילולא קדישא פונעם זיידן הרה"ק בעל צמח צדיק מוויזניץ זי"ע וואס געפאלט דעם קומענדיגן כ"ט תשרי, ערש"ק פ' נח.


אין ראם פון די מסע הקודש וועט דער הויכפונקט זיין ביים שבת מרומם "שבת אכסוף", וואס דער וויזניצער רבי וועט אפרעכטן על אדמת וויזניץ, זייענדיג א היסטארישע געשעעניש ווען צום ערשטן מאל נאכ'ן צווייטן וועלט קריג ווערט דארט געפראוועט א שבת דורך חסיד'ישע אידן, וקדושה ראשונה פון די הייליגע דינאסטיע לבית קאסוב וויזניץ וועט צוריק נתעורר ווערן בקדושה עילאה דורך ממשיך דרכם בקודש דער וויזניצער רבי שליט"א.


די נסיעה איז ספעציעל מיוחד פאר די פילצאליגע נגידים ותומכים לבית וויזניץ, וואס האבן די זכי' צו אונטערהאלטן די הייליגע וויזניצע אימפעריע, אונטער די שירעם קערפערשאפטן פון "איגוד מוסדות וויזניץ" און דער מפעל "להחזיקם ולהחיות", וואס וועט אויף אן ערשטמאליגן פארנעם געבן די זכי' יתירה פאר די תומכים מיטצולעבן א פריוואטן שבת מיט'ן רבי'ן אינעם הייליגן שטאט וויזניצא.


די מסע הקודש וועט זיך ארויסלאזן מיטוואך פרשת נח, ווען עס וועלן ארויספארן פון ארה"ק צוויי טשארטערס פון די ארטיגע נגידים, אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, און באותו זמן וועלן זיך באזונדער ארויסלאזן טשארטער פליגערס פון אייראפע און פון אמעריקע, מיט די נגידים פון חוץ לארץ. דאנערשטאג נאכט, בליל הילולא קדישא פונעם הייליגן צמח, וועט דער רבי שליט"א פוקד זיין מקום מנוחת קדשו און מעתיר זיין למען הכלל והפרט, און דערנאך אפרעכטן א סעודת הילולא ברוב עם הדרת מלך משתתפי הנסיעה.


נאכ'ן שבת המרומם וועט דער רבי שליט"א ממשיך זיין די נסיעה קיין סאדיגורא, וואו דער רבי וועט זונטאג נאכט, בליל ג' חשון, פוקד זיין מקום מנוחת קדשו פונעם זיידן דער הייליגער רוזשינער זי"ע. די עסקני בית וויזניץ זענען די יעצטיגע טעג העפטיג אריינגעטאן מסדר צו זיין אלע פרטים צו מסדר זיין די רייזעס און די טעכנישע צוגרייטונגען אין שטאט וויזניץ, ובפרט האמערט מען אויס די וויכטיגע דעטאלן וואס איז נוגע די ספעציעלע מאסנאמען אין צוזאמענהאנג מיט'ן מצב המלחמה אין אוקריינע, זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט אראנדזשירט על צד היותר טוב.




Comments


bottom of page