זונטאג פ' ויחי • י"ב טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
מאסן תושבי קרית יואל האבן אנטייל גענומען ביים מעמד 'רצונו של צדיק', דער יערליכער געהויבענער חסידישער געשעעניש צום יארצייט פונעם צדיק מפורסם, דער שינאווא רב זי"ע, וואס איז מוקדש פאר די הייליגע צדקה פון 'צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל חבת ירושלים' פאר וועלכן דער צדיק בעל ההילולא האט זיך מיט א מסירת נפש מקדיש געווען. אידן נוצן אויס דעם אייגענארטיגן הזדמנות זיך צו מקשר מיט דעם צדיק אמת וקדוש אלוקי, און במיוחד אז דורכן קומען און שטיצן די צדקה במעמד זו זעט מען ישועות נפלאות, ווי עטליכע עובדות דערפון – משנים הקודמים - איז געווען געדרוקט אין א חוברת וואס ערשינען לרגל המעמד.
דער מעמד איז היי יאר געעפענט און געפירט געווארן מיט א זעלטענעם חסידישן רייכקייט און לשון לימודים דורכן יושב ראש הרה"ג ר' שמואל קרויס שליט"א ר"מ בישיבת ברך משה קרית יואל. מיט גרויס אינטערעסע האט מען זיך צוגעהערט צו דער דבר הכולל פונעם לעגענדארן מנהל הכולל הרה"צ רבי בעריש רובין מדאמבראווא שליט"א וועלכער האט איבערראשט דעם ציבור מיט וויפיל אלס מ'העלפט די נאנט צו פופציג טויזענט נפשות פון משפחות עניי ארה"ק.
די הויעכפונקט פון דעם גרויסן נאכט איז געווען דאס איז געהויבענער ערשיינונג און דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א, איידעם פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א נשיא הכולל באירופה. דער שינאווא רבי שליט"א האט חנוכה געוויילט בצל הקודש און אהיימגעברענגט צום מעמד א מיוחד'יגן ברכת קודש פון גרויסן שווער פאר כל משתפי המלוה מלכה. מיט א קענטיגן דורשט איז אויסגעהערט געווארן די דברי פי חכם, סיפורי קודש ממקורות הקודמים איבער די צדיקי הצדקה, בפרט פון הייליגן גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זי"ע.
ביי דעם מאורע האט מען מכבד געווען די מקבלי נזרי גבאות קודש, הלא הם הרה"ג ר' בערל מרגליות שליט"א ר"מ במתיתא ויואל משה מאנסי, און הרה"ח מוה"ר משה ראבי הי"ו מיקירי תושבי קרית יואל. במשך דעם ריכטיג ווארימען חסידישן נאכט האט מען - בין דרשה לדרשה – מיט אן הנאה גדולה אויסטערליש נהנה געווען פון די ניגונים עתיקים וואס זענען פארצייטיש געזינגען געווארן דורך מוה"ר מרדכי לאנדא הי"ו און זיין קאפעליע פון וויזשניץ בארא פארק, באגלייט מיט די היסטארישע אויפגעדעקטע מקורות פארציילט בטוב טעם דורך הרב דוד מאיר רוס שליט"א יושב ראש מכון שירי דוד.
דאן איז געקומען דער 'דבר משא המעמד' פון הגאון הצדיק אבד''ק ציעשנוב קרית יואל שליט"א, דער מאור הגדול לתורה ולחסידות וועלכער רופט יערליך דעם הייליגן צוזאמענקום לרגל דעם יארצייט פון זיין הייליגן זיידן רבינו הקדוש משינאווא זי"ע. דער רב שליט"א האט ארויסגעברעגט דעם גרויסקייט פון נאכט אז אזויפיל אידן קומען זיך קלאמערן צום מקום וואו מ'טוט 'רצונו של צדיק' צו וועלן האבן א שייכות און קשר צו א צדיק אשר כל בית ישראל נשען עליו.
נעילת המעמד איז געווען דאס בענטשן אויפ'ן גביע קודש פון הייליגן קאלאשיצער רב זי"ע וואס דער זכות דערפון איז ליציטירט און ארויף צו נאענט צען טויזענט דאלער, מיט וועלכן דער קונה הזכות האט מכבד געווען כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א. נאכ'ן בענטשן האט זיך גענומען שלענגלען שורות מבאי הנדיבים צו קענען האבן די זכי' צו טרינקען פון דעם כוס של ברכה.
גדול וקדוש הי' המעמד הזה.
Kommentare