top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רייכע דינער 'מקיימי עולם' לטובת מוסדות וויזניץ אלעד אפגעראכטן אסרו חג שבועות אין שפיץ פון האד' מוויז'ניץ

עודכן: 4 באוג׳ 2024

זונטאג פ' בהעלתך • י' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין

 

א גייסטרייכע מסיבה 'מקיימי העולם' איז אפגעראכטן געווארן דעם דאנערשטאג אסרו חג שבועות אין די וויזניצער קהילה אין שטאט אלעד, די מעמד איז געוועהן געווידמעט פאר די נגידים ותומכים פון די לאקאלע מוסדות אין אלעד בשילוב מיטן מעמד חנוכת הבית פארן נייעם ביהמ"ד המפואר 'קול יהודה' וואס געפינט זיך אינעם בנין התלמוד תורה, לכבוד די מסיבה האט מען געהאט די זכיה צו מקבל זיין פני קדשו פון מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וועלכער איז ארויסגעקמען קיין אלעד און באשיינט די מאורע.


ביים אנקומען האט די רבי קובע געוועהן א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג צום ביהמ"ד, דערנאך איז די רבי ארויף אויפן בימת הכבוד און זיך צוגעהערט צו די דרשה פון בנו חביבו הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויז'ניץ אלעד, דאן האט די רבי משמיע געוועהן דברות קודש ודברי ברכה לכבוד העם הנאספים. דורכאויס די מעמד האבן אויך אויפגעטראטן דער מעיאר פון שטאט הרב יהודה אבוטבול און די ראשי ומנהלי המוסדות.



Comments


bottom of page