top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קל נא רפא: הרבנית הצדיקת מוויזניץ מאנסי תליט"א לרפו"ש אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים

זונטאג פ' בלק • ח' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

חסידי וויזניץ פאלגן נאך מיט גרויס זארג און זענען מעתיר בתפלה ותחנונים אין ליכט פון די גאר שווערע נייעס איבער'ן געזונט צושטאנד ביי הרבנית הצדיקת מוויזניץ מאנסי תליט"א, אשת חבר כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי תליט"א, וואס איז דעם ערב שבת אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכ'ן אנדעקן ביי איר א גאר שווערע מחלה ל"ע.


די רביצין תליט"א איז אלע יארן געווען א געטרייע עזר כנגדו און מיט מסירת נפש געשטאנען לימין בעלה הגדול דער וויזניץ מאנסיער רבי שליט"א. ליידער איז איר נישט באשערט א גרינג לעבן, און שוין פאר העכער פערציג יאר ספראוועט זיך די רביצין מיט שווערע מצבי הבריאות, ספעציעל די לעצטערע תקופה ווען דער מצב האט זיך שטארק פארערגערט, און ווען האט דעם ערש"ק געמוזט אריינגעפירט די רביצין אין שפיטאל, האט זיך ארויסגעשטעלט נאך עטליכע אונטערזיכונגען אז די רביצין איז ל"ע באטראפן פון א שווערע מחלה אויף א שווערן פארנעם.


כלל ישראל איז מעתיר בתפלה ותחנונים פאר איר געזונט, און ספעציעל איז מען מעורר רחמי שמים צווישן חסידי וויזניץ אומעטום, וועלכע זענען אומאויפהערליך מתפלל פאר די חשוב'ע רביצין הרבנית מרים בת רייזל לרפו"ש, והן קל כביר לא ימאס תפלת רבים.

תגובות


bottom of page