top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש | בילדער קרעדיט: באדיבות המצלם

 

הרב שמואל גרינבערג מעיאר פון שטאט בית שמש בקודש פנימה ביי האד' מסלאנים וועלכער האט געוויילט אויף דעם שבת בקרב חסידיו אין די רמה ד' געגענט אין שטאט.

איבערראשנדע מאמענט ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געבט איבער א פערזענליכע נדבה די ערשטע 18,000 דאללער צום מגבית לטובת מוסדות סאטמאר מאנסי - לידו פון הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד"ק סאטמאר מאנסי.

העסקן ר' בנימין בארבער הי"ו ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האד' מבאבוב 45 נאך איינע פון די מסיבות די וואך לטובת איחוד מוסדות באבוב 45.

ראשי הנהלת העדה החרדית הרה"ח ר' אפרים שטערן הי"ו, הרה"ח ר' שמעון ווייס און הרב פרץ לעפקאוויטש, בקודש פנימה ביי מרן פוסק הדור שליט"א וואו מען האט דורכגעשמועסט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק.

האד' מוויז'ניץ לאנדאן פריידט זיך מיט בשמחתו פון א יתום אין טאג פון זיין יום הולדת וואס איז געפייערט געווארן אין דאבוס שווייץ וואו די רבי האלט זיך די טעג אויף למנוחת הנפש.

דער בעל מנגן ר' מרדכי ווערדיגער הי"ו ביים שלום נעמען פונעם ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר ביי זיין באזוך פאריגע וואך אין ניו יארק.

דע לפני מי אתה עומד • א מזכרת פונעם ביקור קודש "מלך במלוכה" פון האד' מוויז'ניץ אין אשדוד.

הרב ישראל פרוש געוועזענער מעיאר פון אלעד ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האד' מבעלזא לקראת די חתונה פון בנו החתן.

ל"ג בעומר נאכווייען: חדר אדמור"י זוועהיל ביים ציון הק' אין מירון ווי די פאליציי האט דורכגעפירט א ברוטאלע איבערפאל פאריגן ל"ג בעומר.

האד' מוויז'ניץ ביים שענקען א מתנה א הערליכע זילבערנע מנורה פאר זיין בעל האכסניא די לעצטע דריי וואכן אין שטאט אשדוד וועלכע האט אוועקגעגעבן זיין הויז אויפן וואסער פארן רבי'ן שליט"א - פריי פון אפצאל. אין א בריוו וואס די רבי האט איבערגעלאזט פארן בעל האכסניא שרייבט ער: "מעומק לבבי אני שמח להביע לך רגשות עמוקים של הכרת הטוב על האירוח הנפלא בביתך. זכית לקיים בהידור רב את מאמר חז"ל 'גדולה הכנסת אורחים יותר מהקבלת פני השכינה', כאשר הלכת בדרכו של אברהם אבינו ופתחת את דלתות ביתך ובעיקר את שערי ליבך, לב הזהב, בשמחה ובמאור פנים, ברוחב לב, בעין טובה ובנפש חפצה, אשריך וטוב לך, בזכות אבותי הקדושים אני מברך אותך שיהיה ביתך מלא ברכת ה', אושר ועושר, שפע ברכה והצלחה, בכל מעשי ידך, מתוך בריאות איתנה, תרווה רוב נחת מילדיך היקרים אותם היה זכות ועונג להכיר ויתקיים בך הפסוק 'בניך כשתילי זתים סביב לשולחניך' וימצאו את דלתות ביתך פתוחות לרווחה ובמאור פנים תמיד".

חדר פירן פון די ערשטע איר אייניקל בן אחר בן פון האד' מדאראג אין תלמוד תורה דאראג אין בני ברק, בראשות הרה"צ רבי אשר ראזנפעלד בנו בכורו פון רבי'ן.

האד' ממבקשי אמונה אויף א באזוך די וואך ביי גיסו האד' מלעלוב.

הרב יהודה בוטבול מעיאר פון שטאט אלעד בקודש פנימה ביי האד' מביאלא בחדרו הפרטי אינעם ביאלא ישיבה אין אלעד.

נתינה פון $18,000 וואס האד' מסאטמאר האט בייגעשטייערט פארן קאמפיין לטובת מוסדות סאטמאר מאנסי, אלס ערשטע נדבה אויפן פעידזש פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנסי שליט"א.


דער בארימטער בעל מנגן הרב מאיר אדללער הי"ו ובנו ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון רבו האד' מוויז'ניץ ביים מעמד תפילת השל"ה במעון קודשו פונעם רבי'ן שליט"א פאר די תומכי הנכבדים פון ארגון "עזרת תורה לתלמידים".

די וואך אין ניו דזשערזי האט קרישקעס באמערקט הרה"צ רבי לוי' יצחק האגער בן האד' מוויזניץ לאנדאן, אין א שמועס מיט הרבני הנגיד ר' יעקב פעלדמאן נאכן איינגארטיגע יארצייט טיש וואס די וויז'ניצער רבי האט געפראוועט מיט די נגידי ותומכי המוסדות.

האד' מפינסק קארלין האט קרישקעס באמערקט אין די שווערע היצן אויף די ירושלימער גאסן.

גאב"ד סאטמאר מאנסי באשיינט בראש המסובים ביים שמחת התנאים פונעם הויז בחור החתן יעקב קאפל האס ני"ו.

הרב יצחק בער ווערצבערגער משב"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי ביים וואונטשן מזל טוב.

הגה"צ רבי שמואל יהודה זילבער דומ"ץ אמונת ישראל ביים ערהאלטן א תהילים פון אביו כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א ביים דינער פאריגע וואך לטובת די ישבה גבוהה דק"ק תולדות יהודה.


א שיין בילד פום האד' מזוועהיל די וואך מוצאי שבת ביי מעריב, ווי די רבי שליט"א האט געדאווענט שמונה עשרה אינאיינעם מיט זיין יונגל.

הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט איז זיך משתתף ביים שמחת הווארט פון ש"ב העסקן החתן אשר טייטלבוים נ"י.

הגאון רבי משה בראנדסדארפער גאב"ד היכל הוראה באזוכט ביי הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א די וואך.

האדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביים פסח שני טיש אינאיינעם מיט די תלמידי ישיב"ק 'היכל התורה דסאטמאר' וויליאמסבורג.

בנאות דשא • האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א שפאצירנדיג אויף די שווייצע בערג.

הרה"צ רבי יענקעלע טווערסקי מראחמיסטריווקא ביי ספירת העומר אויפן אריגינעלן ראחמיסטריווקא נוסח.


די פרישע מצבה על קברה פון הרבנית מרת דייטש ע"ה טאכטער פון האד' מספינקא וואס איז נפטר געווארן פלוצלינג אין בליענדע עלטער פון 30 יאר.

האד' ממיאלען אויף א שפאציר בנאות דשא אין ראמעניע בעת א נסיעה די וואך צו די קברי אבות אינאיינעם מיטן הרב אברהם יעקב סאלאמאן ראש מוסדות שטפנשט בארה"ק.

די וואך ביים מעמד הנחת אבן הפינה פארן קרית החינוך דחסידי וויז'ניץ אין אשדוד האט האד' מוויז'ניץ מכבד געוועהן זיים פלומעניק הרב ישראל מנחם נחום רוקח נכד האד' מבעלזא צו גיסן די אבן הפינה.

די רבי לאזט זיך פאטאגרעפירן • אין די לעצטערע טעג איז ארויפגעשווימען א געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט מיט קרוב צו 15 יאר צוריק, ווען א בעל תשובה מיטן נאמען ישעיהו ווייס האט גע'עפענט א בילדער סטודיא אין בני ברק, אבער פרנסה איז אים נישט געגאנגען זייענדיג א פרעמדער אין שטאט. ווען ער איז אריין בקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א זיך אויסרעדן אויף זיין מצב הפרנסה, דער רבי ההאט איהם געפרעגט אויב ער וועט מאכן שיינע בילדער פון אים, צו עס וועט העלפן פאר פרנסה? זיכער! האט ישעיה געזאגט. אומר ועושה, דער רבי איז אריבער צום סטודיאו און זיך געשטעלט פאר די בילדער. וואס טוט מען נישט פאר (יענעמס) פרנסה?.

דער עלטערע שבת גוי וואס האט באדינט די איינוואונער אין סקווירא שטעטל די לעצטע 15 יאר, וואס האט זיך די וואך ארויסגעשטעלט צו זיין איד כדת של תורה, און איז פארשיקט געווארן פון שטעטל.


bottom of page