top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערצער פון חסידי וויזניץ איינגעהילט אין שפאנונג מיט געציילטע שעות פארבליבן צום אסיפה נחוצה

מאנטאג פ' וארא • כ"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די היסטארישע אסיפה כללית וואס איז פאררופן געווארן דורך מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א אויף מארגן דינסטאג, ווערן אצינד געמאכט פיבערהאפטיגע הכנות אין בעפארברייטונג צו די היסטארישע אסיפה, ווען עס וועלן זיך צוזאמקומען טויזענטער אידן חסידים ואנשי מעשה לשמוע את דבר השם ברמה.

די הערצער פון חסידי וויזניץ אלוועלטליך זענען איינגעהילט אין שפאנונג, ווארטענדיג צו הערן משאת נפשו פונעם רבי'ן וחובת השעה, אין א פרישע מודעה וואס איז היינט ארויסגעשיקט געווארן פאר כלל חסידי ויזניץ בכל רחבי תבל, איבערגעגעבן דורכ'ן משמש בקודש הרב שאול גרינבערגער, בעט ער יעדן איינציגן וויזניצער חסיד בשם דעם רבי'ן פערזענליך, אז יעדער זאל זיך אנשטרענגען און קומען אנטייל נעמען ביי די וויכטיגע אסיפה, אפילו עס קומט אן שווער.

די עסקנים ארבעטן אצינד אויסצושטעלן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, די גאנצע ריזן היכל בית המדרש ווערט אויסגעשטאט מיט די מאקסימום זיץ פלעצער פון אלע זייטן, און די אינגעלייט וועלן שטיין אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס, נאך וואס די בחורי הישיבות וועלן נישט אנטייל נעמען ביי די אסיפה בפקודת הקודש.

די מעמד וועט זיך אנהייבן א פערטל צו ניין, און דער ציבור וועט זיך מסדר זיין אויף די פלעצער שוין פון פריער, כדי צו קענען אנהייבן פונקטליך. אויף די אונטערשטע שטאק וועט ווערן צוגעשטעלט לייכטע כיבוד און משקאות פארן ברייטן ציבור, און אויך די עזרת נשים וועט ווערן צוגעשטעלט פאר די מענער צו קענען אקאמאדירן די מאקסימום וואס מעגליך.

הונדערטער באסעס ווערן צוגעגרייט צו פירן דעם ציבור פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ הקודש, און אזוי אויך וועלן אלע חסידים פון אויסלאנד מיטהאלטן די אסיפה דורכ'ן טעלעפאן לויטן רבינ'ס בקשה. אין אלע שטעט אין אמעריקע און אייראפע, וועלן זיך די חסידים צוזאמגעקומען אין די בתי מדרשים אין די זעלבע צייט, און מיטהאלטן די מעמד לעבעדיג, אזוי אויך וועט זיין צוגעשטעלט א לייוו הוקאפ אויף מערכת קול בחצרות, וואו כלל ישראל מכל מקומות מושבותיהם אלוועלטליך וועלן מיטהאלטן די היסטארישע אסיפה און הערן די ווארעמע דברות קודש פונעם ויזניצער רבי'ן שליט"א.






Comments


bottom of page