top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יום התעלות פאר בחורי חסידי באיאן אין אתרא קדישא מירון בראשות הרה"צ ר' יוסף ברייאר בנו הגדול פון האד' מבאיאן

עודכן: 8 באפר׳

דינסטאג פ' צו • י' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט דוד כהן

 

די וואך מאנטאג האט הרה"צ ר' יוסף ברייאר שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, אונטערגענומען א גרויסארטיגע נסיעה 'התעוררי' קיין אתרא קדישא מירון אויף א תפילות רבים ביים ציון הק' פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי הישיבות דחסידי באיאן בארץ הקודש אלס אות הוקרה פארן מיטהאלטן די סדרי הלימוד, דבר יום ביומו פארן דאווענען, און מעתיר צו זיין לישועתן של ישראל, ובפרט צו בעטן און מתפלל זיין לחיי מלכא, פארן אריכות ימים ושנים פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, שטייענדיג אין די טעג ארום דער יום זכאי פונעם רבי'ן שליט"א דעם שב"ק פ' ויקרא ז' ניסן.


אין די פריע פארטאגס שעהן האבן זיך די בחורים ארויסגעלאזט מכל מקומות מושבותיהם, פון אלע באיאנער קלויזן איבער גאנץ ארץ ישראל, און זיך געשטעלט דאווענען שחרית אויפן דאך פונעם ציון הק' תחת כיפת השמים, ביי קריאת התורה האט הרה"צ רבי יוסף שליט"א עולה געוועהן שלישי. נאכן ווארימע דאווענען איז מען אריין אינעם מערה אויף א מעמד תפילת רבים וואו מען האט מיט גרויס התעוררות געזאגט ספר רביעי אין תהילים און עפ"י בקשתו פון רבי יוסף האט מען צוגעלייגט נאך דריי קאפיטלעך תהילים פסוקי דרחמי, למען חיזוק כוחותיו פון מר אביו דער רבי שליט"א, ווען דאס התעוררות האט דערגרייכט עד לב השמים. צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה, מיטן זמר 'כי אורך ימים' און ימים על ימי מלך תוסיף'.


נאכן מעמד התפילה ביים ציון איז מען אריבער צום מתחם פון בני עקיבא וואו עס איז אפגעראכטן געווארן די סעודת פת שחרית און מעמד הוקרה פאר די חשובע בחורים משכימי קום, וואס האט איינוועגס אויך געדינט אלס א כינוס הכנה ליום טוב פסח ביי וועלכן מ'האט מתוועד געווען בשירות ותשבחות פאר לענגערע שעהן, און געהערט דרשות נלהבות דורך בעלי דרשנים מפורסמים און די משפיעי הקהילה. פון די הויעכפונקטן ביים מעמד איז געוועהן ווען מען האט אויסגעצויגן געווארן א גורל אויף א רוזשינער בעכער און א זילבערנע וויין פלאש מיט וואס כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט זיך באנוצט.


די מעמד איז געשלאסן געווארן מיט א פייערדיגע ריקוד אויף די ניגוני מירון און פזמונים פון ל"ג בעומר, וואו הרב יוסף איז געטאנצן אינאיינעם מיט די בחורים, מיט גרויס שמחה און התלהבות.


תיכף ביים אנקומען צוריק קיין ירושלים איז רבי יוסף אריין לקודש פנימה און איבערגעגעבן פאר'ן פאטער א לעבעדיגן גריס פון די געהויבענע ווארעמע און חסיד'ישע נסיעה, וואס דער רבי האט אויפגענומען מיט א שטארקע קורת רוח און מאציל געווען ברכת קדשו צו האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.





























































































































































Comentarii


bottom of page