טויזענטע בעלזא חסידים האבן זיך די וואך מיטגעפריידט ביי די גרויסע שמחת החתונה בחצר הקודש בעלזא וועלכע איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אין היכל 'גרויסע שטוב' אין קרית בעלזא ירושלים מיט די באטיילעגונג פון טויזענטע חסידים פון איבער גאנץ ארה"ק, אין די צייט וואס די חסידים פון איבער די וועלט האבן מיטגעהאלטן די חתונה לעבעדיג דורך 'מראות הקודש' וועלכע איז געווארן צוגעשטעלט אין אלע שטעט.
עטליכע שעה איידער די חתונה זענען די עסקנים געווארן איינגעמאלדן, אז די פאליציי האט זיך דערוואוסט פון די פלענער אפצורעכטן די חתונה ווי געהעריג און זענען אנגעקומען קיין קרית בעלזא כדי צוצושטערן די שמחה און זיכער מאכן אז דאס געזעץ ווערט אויסגעפאלגט. דאן איז באשלאסן געווארן אז די 'מעמד החופה' וועט אפגעראכטן געווארן אין גרויסן חצר פארנט פון ביהמ"ד הגדול (די ארט ווי די חתונה ווערט געפראוועט אין געווענליכע אומשטענדן) און די עסקנים האבן צוטיילט דעם גרויסן הויף אויף עקסטערע אפטיילונגען אפגעטיילט מיט מחיצות וועלכע ווערט גערופן 'קפסולות'.
נאכ'ן מעמד החופה האט זיך דער רב שליט"א און די מחותנים אוועקגעזעצט תחת כיפת השמים און עס איז פארגעקומען א 'מסיבת לחיים' וועלכע האט אויסגעשפיט די פאליציי מיינענדיג אז דאס איז די סעודת החתונה וועלכע קומט פאהר אויף א קלענערע פארנעם אינדרויסן פון זאל. נאכדעם וואס די פאליציי זענען אוועגעגאנגען פון שטח, זענען זיך די חסידים צוזאמגעקומען אין 'היכל הגרויסע שטוב' (דאס ארט ווי דער רב שליט"א פירט געווענליך די עריכת השולחנות) און די שמחת החתונה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר מיט גרויס דערהויבענקייט און העכערע ספערן. אלע טירן און טויערן וועלכע פירן געווענליך צום ביהמ"ד זענען פארקלאפט געווארן מיט ברעטער און נאר פון א זייטיגן אונטער טירל האט מען געקענט אריין גיין צו די שמחה וועלכע איז געווען דעזיגנירט נאר פאר די חסידים. ביי די טירן זענען געווען אוועק געשטעלט מעטאל דיטעקטארס נישט אריין צו לאזן קיין טעלעפאנען און פאטאגראפירער אפאראטן עס זאל נישט שאטן קיין בייז אויג. פארט האבן זיך די פאליציי דערוואוסט איבער דעם גרויסן חתונה און האבן אריינגעגעבן א קלאגע אויסצופארשן די הנהלת הקהלה אויף דאס פארלעצן די געזונטהייט מאסנאמען אין ליכט פון די עפעדעמיע.
ביים מצוה טאנץ פון הרה''צ ר' אהרן מרדכי שליט"א איז ער ארויס אין א היסטארישע אין א פייערדי'גע ריקוד מיט הרה''צ ר' משה קאהן שליט"א אב"ד תולדות אהרן-לונדון בן האדמו"ר מתולדות אהרן און א איידעם ביים מחותן האדמו"ר ממעליץ שליט"א. אין אנדערע נייעס האט הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א איבערגעגעבן א מודעה אויף 'קול בעלזא' עטליכע שעה איידער די חתונה, וואו ער בעהט די חסידים אויסצופאלגען אלע אנווייזונגען פון די עסקנים און חלילה נישט צושטערן די שמחה: "איך בעט פון אלע היימישע יודן וואס פרייען זיך מיט בגוף ובנפש מיט די היינטיגע גרויסע שמחה וואס איז אויך ענקער שמחה. בעט איך בכל לשון של בקשה אין נאמען פון טאטן דער רב זאל זיין געזונט, וואס האט מיר אויפגעפאדערט צו בעטן, אז יעדער איינער בלי שום יוצא מן הכלל זאל אויספאלגען אלע הוראות פון די סדרנים בכל פרט ופרט וואס האבן אריינגעליייגט די גרעסטע כוחות אז עס זאל זיין אויף די בעסטע און גרעסטע אופן. כ'בעט זייער אז מ'זאל נישט חס ושלום פארשטערן פאר דעם טאטן זאל זיין געזונט און פאר מיר די שמחה. מ'זאל זיך נישט ערגעץ נישט שטופן ווי מ'לאזט נישט אריינגיין און מאכן עגמת נפש חס ושלום".
Comentarios