top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספר תורה שרוי בצער: הגאון רבי אליקים שלעזינגער ראש ישיבת הרמה לאנדאן אין שפיטאל מיט שווערע יסורים

דאנערשטאג פ' פקודי • כ''ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

ספר תורה שרוי בצער: נעכטן דורכן טאג איז דער זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה אין לאנדאן ווידער אריינגענימען געווארן אין שפיטאל, נאכן נישט גוט שפירן. דער ראש הישיבה האט זיך שוין דעם פארלאפענעם שבת געפונען אין שפיטאל, וואו מען האט דורכגעפירט פארשידענע אונטערזיכונגען נאכדעם וואס דער ראש הישיבה איז געוועהן גאר אפגעשוואכט, און מוצאי שבת איז דער ראש הישיבה באפרייט געווארן פון שפיטאל, נאכדעם וואס ס'איז אנטשטאנען א חשש פון אנגעשטעקט ווערן מיט אינפעקציעס אלס אויסווירקונג פון זיך געפינען צווישן די גרויסע שפיטאל ווענט.


נעכטן נאכמיטאג האט זיך דער ראש הישיבה ל"ע געמוטשעט מיט שווערע יסורים, און מען האט געדארפט צוריקפארן אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען. כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין על הצדיקים ועל זקני עמך בית ישראל, דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן אליקים בן ביילא בתוך שאר חולי ישראל.

Comments


bottom of page