זונטאג פ' נשא • ג' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארגאנגאנעם דאנערשטאג איז כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אינעם תלמוד תורה 'כלל חסידי' אין שטאט ביתר וואו די רבי האט אריינגעברעגנט זיין זוהן היניק וחכים דוד ני"ו אין די תלמוד תורה ווענט פון די שטאטישע תלמוד תורה, ווען די רבי שליט"א איז ערשינען בשערי התלמוד תורה מיט בנו היניק דוד איינגעוויקלט אינעם טלית כנהוג, האבן די ילדי תשב''ר פון די עלטערע כיתות מקבל פנים געווען דעם רבין שליט"א בשירה וזמרה לכבוד די שמחה.
דערנאך איז די רבי אריין אינעם כיתה מכינה ווי דער מלמד האט געזאגט מיט דעם קינד די א' ב' כנהוג און געלעקט די האניג. די קינדער האבן געזינגען שיינע פאסיגע ניגוני שמחה לכבוד המאורע, און דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א ספעציעלע ריקוד מיט אלע קינדער פונעם קלאס, און געטאנצן מיטן חאלאקע יונגל אויף די אקסל מיט גרויס שמחה און התרגשות דערנאך זענען אלע קינדער מיט די מלמדים אדורך ווי די רבי האט פארטיילט ממתקים לכבוד המאורע.
Comentários