top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע באזוך פון האד' מגור אין תל אביו צום יארצייט פונעם שווער הגה"ח ר' מענדיל ווייץ ע"ה

מאנטאג פ' פקודי • כ''ד אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א איז נעכטן זונטאג ארויסגעפארן קיין תל אביו לרגל די יארצייט פונעם שווער הגה''ח ר' מנחם מענדיל ווייץ ע''ה, דער רבי איז ארויף צום ציון אינאיינעם מיט די בני המשפחה אויפן בית החיים אין קרית שאול.


בעפאר די עלייה לציון איז דער רבי צוגעפארן אויף די יערליכע באזוך בהיכל ישיבת חידושי הרי''ם אין תל אביב לכבוד די הילולא קדישא פונעם הייליגן חידושי הרי''ם וואס די ישיבה אין נקראת על שמו. היי יאהר איז פארגעקומען א גרויסארטיגע מבחן מזומנים, ווי די תלמידי הישיבה האבן זיך פארהערט אויף הונדערטער בלעטער בעל פה אין ראם פון מזומנים. ביים אנקומען האט די רבי אפגעראכטן א ענגע מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די ראשי וצוות הישיבה לרגל די הילולא ווי ער האט אפגעגעבן זיין נדבה, פאר א פרנס היום אין די ישיבה.


דערנאך איז דער רבי ערשינען בהיכל הישיבה וואו עס זענען שוין געווען פארזאמלט די אריבער פיר הונדערט בחורי הישיבה און די תלמידים פון אנדערע גערער ישיבות אין תל אביב. דער ראש הישיבה הגאון רבי מאיר פלאקסער האט געעפענט די מעמד מיט קורצע דברי פתיחה און דאן האט זיך אנגעהויבן די פארהער דורך איינע פון די מגידי שיעור, וועלכער האט פארגעשטעלט שאלות פאר די בחורים בכל חלקי הש"ס, און די בחורים האבן געענטפערט בטוב טעם ודעת, דער רבי שליט"א איז געזעסן פאר אריבער א האלבע שעה און מיטגעההאלטן די פארהער, שעפנדיג גרויס קורת רוח פון די שיינע פירות די חשובע בחורים.


























































Comments


bottom of page