מיטוואך פ' תרומה - א' אדר תשפ"ג
קול בחצרות - דעם זינטיג אויפדערנאכט האט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א געלאנדעט אין ניו יארק אויף א קארצע באזוך לטובת די קמחא דפסחא שע"י קופת הקודש דעם רבנ'ס פריוואטע צדקה קאסע וואס פארטיילט סכומים הגונים פאר נויט-באדערפיגע משפחות אין די קהילה צו קענען יום טוב מאכן בהרחבת הדעת.
פונעם לופטפעלד איז די רבי צוגעפארן קיין סיגעיט ווי די רבי וועט זיך אויפאהלטן במשך די ימי הביקור אין שטוב פונעם שווער הגה"צ גאב"ד סיגעיט שליט"א.
נעכטן נאכמיטאג האט די רבי געדאוונט מנחה גדולה און יום כיפור קטן לרגל ערב ראש חודש אין סיגעיטע בית מדרש אינעיינעם מיט א מנין חסידים וועלעכע זענען געקומען צו פארן קיין סיגעיט מיטדאווענען מיטן רבין תפילת יום כיפור קטן כנהוג אין דושינסקיא, ווי די רבי האט געדינט אלס שליח ציבור.
אויפדערנאכט איז די רבי אנגעקומען קיין וויליאמסבורג ווי די רבי איז ארויף צום שטוב פון הנגיד החסיד ר' יעקב אבעלעס יו"ר וועד קופת הקודש ווי די רבי האט געדאוונט מעריב, נאך מעריב איז אריין אל הקודש פנימה צום רבין הרה"ח ר' שלמה יוסף וואלדמאן יו"ר קרן הצלה מקבל זיין דעם ברכת הקודש פונעם רבין צו די חתונה פון זיין אייניקל.
דערנאך האט זיך די רבי געוואשן צו א עלעגאנטע סעודת ר"ח לטובת די קמחא דפסחא, ווי עס זענען געלאדענט געווארן קרואי מועד די צענדליגע יונגעלייט חסידי דושינסקיא פון איבער גרעטע ניו יארק און ניו גערזי, וועלעכע זענען געקומען כאיש אחד צו שטיין לימין הקודש פונעם רבין אין זיינע מפעלים הכבירים פאר די נויט באדערפיגע משפחות אין די קהילה.
די מסיבה איז באגלייט געווארן בפרקי שירה וזמרה, און עס איז געווען אנגעגרייט א סעודה כיד המלך לכבוד ראש חודש, געפענט די מעמד האט די יושב ראש פה מפיק מרגליות הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש וואס האט איינגעלייטערט דעם מעמד מיט זיינע ווארימע ווערטער כיד ה' הטובה עליו און האט ארומגערעט איבער די געוואלדיגע מסירות נפש פונעם רבין שליט"א למען הכלל והפרט און בפרט דעם רבנ'ס צדקה קאסע קופת הקודש וואס די רבי איז נושא בעול די לעצטע צוואנציג יאר זינט ער איז נתעלה געווארן בכתר האדמורו"ת און בפרט פאר ימים טובים און בפרט בערבי פסחים ווען די רבי שליט"א טוהט פארטיילן שווערע טויזנטע דאללארן פאר די משפחות פון די קהילה
די יושב ראש האט אויפגערופן די נואם הכבוד הגה"ח ר' משה יעקב פישער מחשובי חסידי דושינסקיא אויפצוטרעטן, ער האט מרחיב געווען בדיבורו איבער די עסקנות און געוואלדיגע מפעלי צדקה וחסד אינערהאלב ק"ק דושינסקיא, דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען שיחת קודש און מרחיב געווען בגטודל מצוות הצדקה בפרט שטיצן תושבי ארץ הקודש און אונזערע ברודער אין די אייגענע קהילה, די רבי האט שטארק משבח געווען די ראשי ועסקני קופת הקודש אין ארץ ישראל און אמעריקא און זיי מחזק געווען וויטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
נאך די דברות קודש זענען די יונגעלייט א דורך און איבערגעגעבן די שטרי ההתחייבות פארן רבין, און די רבי שליט"א האט פארטיילט פאר יעדע יונגערמאן וואס האט זיך יונטער גענימען צו שאפן פון 5 טויזנט דאללער און העכער א פלאש וויין אינטערגעשריבן בחתימת יד קדשו פונעם רבין כאות הוקרה, און די רבי האט אנגעוונטשן יעדער באזונדער מיט א מאור פנים.
דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד להודות ולהלל אויף די געוואלדיגע הצלחה למעלה מן המשוער פון די מסיבה.
נאכן מסיבה איז די רבי אנגעקומען זיך משתתף זיין ביי די חתונה פון א חתן יונגסטע קינד פון הרה"ג ר' אברהם יעקב אילאוויטש אב"ד זכרון סופרים - טעטה ונשיא מוסדות מנחת ברוך על טהרת הקודש אין ברכפלד, מיט די כלה א אייניקל פון ש"ב הגה"צ ר' חיים אליעזר מייזליש שליט"א אב"ד ווייטצען
דער רבי שליט''א האט זיך ספעציעל מטריח געוועהן זיך משתתף צו זיין ביי די חתונה כאות הוקרה והערכה פארן אבי החתן הרה''ג רבי אברהם יעקב אילאוויטש וועכלע אין שפיץ פון די חסידישער תלמוד תורה אין ברפפלד וואס איז דער איינציגער תלמוד תורה אין ברכפלד על טהרת הקודש, פון דארט איז דער רבי געפארן קיין בארא פארק ווי די רבי האט זיך באטייליגט ביי די בר מצוה פון אן אייניקל ביי כ''ק האד' מצאנז בארא פארק בן לבנו הרב משה שמואל האלברשטאם מחשובי חסידי דושינסקיא אין בארא פארק
היינט דינסטיג צופרי האט מיטגעדאווענט אינעם רבינס מנין די קרוב צו הונדערט תלמידי ישיבת אהלי תורה סאטמאר אין וויליאמסבורג וועלכע זענען געקומען דאווענען במחציתו פונעם רבין לכבוד ראש חודש, נאכן דאווענען האט די רבי אפגעכארטכן א מסיבת לחיים לכבוד היום אין משמיע געוועהן שיחת קודש פאר די בחורים
היינט פארנאכטס איז דער רבי אנגעקומען קיין וויליאמסבורג צו די חתונה פון אן אייניקל ביי הנגיד החסיד ר' יוסל וואלדמאן יושב ראש קרן הצלה, יעצט אויפדערנאכט קומט די רבי אן קיין לעיקוואד ווי דער רבי וועט מפאר זיין בראש השמחה ביי די חתונה פון או אייניקל ביי הנגיד ר' הערשל הערבסט יושב ראש התאחדות תלמידי דושינסקיא אין אמעריקא
Comentários