top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כבה שרג"א דישראל • אידישע וועלט איינגעהילט אין טרויער נאכן הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל

מוצאי שבת פ' שלח • כ"ג סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש


נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש! כבה שרגא דישראל, גדול כיום שברנו אוי מי ירפא לנו


מיט פארקלאפטע געמיטער און פארקלעמטע הערצער פון יתמות נעמט דאס יהדות החרדית אויף די בשורה המר והנמהר, די שרעקליכע אבידה שאין לה תמורה, מיט'ן התסלקות לסערה השמימה פונעם עמוד צלותהון ועושה מסילות בלבבם של ישראל, הגאון הצדיק המפורסם בצדקתו ובפרישתו, עטרת תפארת ישראל, כבוד קדושת אדמו"ר מקאסוב זכר צדיק וקדוש לברכה, וועלכער האט דעם שבת (שלח) מחזיר געווען נשמתו הטהורה ליוצרה לדאבון לב כל ישראל העטופים כאבלים, שבורים ורצוצים על האי שופרא דבלי עפרא, אוי, מי יתן לנו תמורתו.


די געפילן זענען פארקלאפט און די מוחות צעשטורעמט, עס וויל זיך נישט גלייבן אז מ'דארף שוין בעוה"ר זאגן "דער קאסוב'ער רבי ז"ל", כלל ישראל האט אזויפיל געהאפט, אזויפיל מתפלל געווען, אזויפיל איינגעריסן פאר'ן רבי'נס אריכות ימים ושנים טובים, נישט קלערנדיג אפילו א רגע אז דער רבי וועט אונז אזוי פריצייטיג פארלאזן, בא השמש בצהרים, הוא הלך למנוחות, ואנו יתמי דיתמי עזב לאנוחות. יעדנ'ס הארץ איז צעשקאלט און שאקירט, מי מלל ומי פלל אז מ'וועט אזוי געשלאגן ווערן פון הימל, ארויסקלויבנדיג דעם שענסטן רויז פונעם כרם בית ישראל, ארז הלבנון הנגדע, דער קאסוב'ער רבי זצוק"ל, דער פאר האדמורי"ם ונזר הרבנים, א דמות דיוקן פון א פארצייטישער חסיד ופרוש ומלהיב לבבות ישראל, וועמענ'ס הייליגע תפילות און דרשות מלהיבות האבן געוואשן און געהויבן אידישע נשמות לקל חי, ורבים השיב מעון מיט זיין הימלישע עבודה און פה המתגבר בתורה וחסידות, ועתה חסרנו כל אלה.


דער קאסוב'ער רבי זצ"ל האט געשיינט אלס אור נערב פון וועם טויזנטער חסידים ואנשי מעשה האבן געשעפט חיות און חיזוק, און זיך געקלאמערט בצל קדשו, ורבים נהנים ממנו עצה ותושי', זייענדיג דער אדרעס פאר יעדן צעבראכן הארץ, זיין טיר און ווארם הארץ איז געווען אלעמאל אפן צו אויסהערן צרות ישראל און מרעיף זיין טללי התחזקות, אן אמת'ער אוהבן של ישראל, מציר בצרתן ושמח בשמחתן. דער אומגעהויערער פארלוסט איז א פערזענליכער בראך פאר די טויזנטער חסידים ומעריצים ושומעי לקחו, וועלכע האבן זיך ביי אים געווארעמט און מקבל געווען התחזקות והדרכה לעבודת השי"ת, און זענען יעצט נעבעך אזוי פאר'יתומ'ט געווארן.


די פרטים פון די ריזן מסע הלוי' ווערט יעצט אויסגעארבעט דורך מערערע קרעפטן פון עסקנים און לאקאלע שטאטישע אינסטאנצן אין בארא פארק, צו ערמעגליכן דאס השתתפות פון רבבות אלפי ישראל וואס וועלן פארפלייצן די וועגן און שטעגן פון איבער דער גארער וועלט, אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר דעם גאון וקדוש וואס האט פארשיינט כלל ישראל.


נגדע ארז הלבנון - וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'


 

דריקט דא מיטצוהאלטן כסדר'דיגע נייעס און לייוו אפדעיטס



Comments


bottom of page