top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

46'סטע הילולא קדישא פון הרה"ק בעל צמח דוד מסקאליע זי"ע בצל נכדו האד' מסקאליע

עודכן: 12 בפבר׳

מיטוואך פ' יתרו • י"ד שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט גרויס דערהויבענקייט איז דעם פארלאפענע וואך געפראוועט געווארן בחצר הקודש סקאליע, די 46'סטע יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל צמח דוד מסקאליע זי"ע בצל נכדו ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א. 


במוצאי מנוחה, מוצאי שבת איידער די יארצייט, איז פארגעקומען די מעמד 'זכרון צדיק' כהכנה דרבה צום הילולא קדישא, ווי עס זענען געהערט געווארן סיפורים ועובדות פון די גדולי תלמידי בעל הילולא וואס האבן איבערגעגעבן פאר'ן ציבור ערשטהאנטיגע זכרונות און עובדות, וואס זיי האבן פרעזענליך מיטגעהאלטן בצל קדשו. 


צום ערשט האט מען געהערט א רירענדע דרשה פון הגה"צ ר' חיים האגער שליט"א אבד"ק זאליטשטיק וועלכע האט איבערגעגעבן פארן ציבור, די לעכטיגע זמנים און טישן וואס ער האט זוכה געווען מיטצולעבן ביים רבי'ן זי"ע און אראפגעגעבן די מושג פון א 'פארצייטישע צדיק' וואס מ'האט געזען ביים רבי'ן ז"ל. צום שלוס, האט ער ארויסגעברענגט די געוואלדיגע אהבה און חיבה יתירה וואס דער רבי דער בעל הילולא זי"ע האט ארויסגעצייגט פאר נכדו חביבו דער רבי שליט"א, און ווי ער האט געקוואלן פון נחת דקדושה זעענדיג ווי די דורות ציען זיך ווייטער בדרך אבותיו הקדושים.


דאן האט מען געהערט א דרשה פונעם באקאנטן פה מפיק מרגליות  הגאון המפורסם רבי מרדכי פינקעלמאן שליט"א ראש ישיבת אור החיים קווינס, וועלכע האט דערציילט פרעזענליכע עובדות וזכרונות וואס ער מיט זיין פאטער ז"ל האבן מיטגעלעבט ביים רבי'ן ז"ל.


ביים מעמד האבן זיך באטייליגט צווישן אנדערע: כ"ק אדמו"ר מרימינוב שליט"א, הגה"צ ר' אברהם רייך אב"ד רימינוב, הגה"צ ר' אשר עקשטיין דומ"ץ בעלזא, הרה"צ ר' שמעון יצחק יונגווירטה אב"ד חוסט, הרה"ג ר' חיים אלעזר מאנדעלאוויטש דומ"ץ טארטיקוב וחתן האדמו"ר מסערדאהעלי, הרה"ג ר' משה סופר אב"ד ערלוי ב"פ, הרה"ג ר' אברהם שרייבער מרבני באיאן און נאך.


בליל ההילולא - מאנטאג נאכט - האט כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א אפגעראכטן די צענטראלע סעודת הילולא בבית מדרשו אין בארא פארק, ווי עס האבן זיך צוזאמגענומען א גרויסע ציבור חסידים ומוקירי זכרו, ווי דער רבי שליט"א האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש במשנתו הטהורה פונעם בעל הילולא און דערציילט עובדות וסיפורים פונעם גרויסן זיידן דער רבי זצ"ל.


אויך אין ארץ ישראל איז פארגעקומען א סעודת הילולא בראשות הגה"צ המשפיע רבי ברוך פינחס גאלדשטיין שליט"א אבד"ק סקאליע, ווי עס האט אויפגעטראטן הגה"ח ר' יוסף ספינער שליט"א - הויז בחור ביים רבי'ן ז"ל. צומארגענס האט דער רב שליט"א פוקד געווען דעם ציון הק' אין באגלייטונג פון א גרופע חסידים אויפן הר הזתים.




Comments


bottom of page