top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עדת חסידי ווערדאן אין שפאנונג צום הכנס"ת געשריבן בשותפות לזכרו פון הרה"ק מווערדאן זצוק"ל צום 5'טע יומא דהילולא

זונטאג פ' פקודי • כ''ג אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

ברגשי קודש ובחרדה עילעא זענען חסידי ווערדאן און די טעג נתבשר געווארן די בשורה טובה ומשמחת אז שטייענדיג קרוב צו גאנצע פינעף יאר זינט די הסתלקות לשמי מרום פונעם אוהבן של ישראל כ''ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצ"ל, איז באשטימט געווארן א דאטום פארן מעמד נהדר חגיגת הכנסת ספר תורה דורך כל קהל חסידי ווערדאן, וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אינעם גרויסן פראיעקט צו לאזן בשותפות שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמת דעם רעיא מהימנא, מנציח צו זיין נשמתו הטהורה בקדושת ספר תורה, און וועט אריינגעגעבן ווערן להיכל ה' צום ביהמ"ד דקהל קדושת יוסף ווערדאן אין בארא פארק, וואס איז נקראת על שמו ולזכרו פונעם רבי'ן ז"ל, און שטייט בנשיאות בנו חביבו כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון בארא פארק.


די מעמד וועט בעזרת השם יתברך פארקומען ברוב פאר והדר דעם קומענדיגע דינסטאג יום שנכפל בו כי טוב לסדר ויקרא, ג' ניסן אין די דריי טעג בעפאר די יומא דהילולא רבה, במקהלות עם רב, אוהבי ומוקירי זכרו פונעם ווערדאנער רבי'ן זצוק"ל.


די ספר תורה האט האט מען אנגעהויבן שרייבן מיט עטליכע יאהר צוריק, ווען במשך די גאנצע צייט וואס די ס"ת ווערט געשריבן בהידור רב, וואקסט די עקסטאז שפאנענדיג כסדר נענטער צום גמר הכתיבה, און אצינד איז נקבע געווארן דער חגיגה אויף קומענדיגן ג' ניסן, וואס אנטשפרעכט יו"ט'דיגע טעג ביי די קייט פון מעמדים נשגבים בשמחת התורה.


דער ספר תורה וועט באגלייט ווערן ברחובה של עיר בתופים ובמחולות, אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד, וואו עס וועט אפגעהאלטן ווערן די פייערליכע טענץ אויפן גרויסן שטח פארנט פון ביהמ"ד, בקול רנה ותודה המון חוגג, ווען צום קלימאקס וועט דער רבי שליט"א מעריך זיין די הייליגע הקפות און ריקודין עילאין, נאכגעפאלגט מיט די סעודה של מצוה לגומרה של תורה לכל הקהל הקודש אין די זאלן פון כרם מנחם, וואס וועט גלייכצייטיג דינען אלס כינוס הילולא רבתי שטייענדיג און די דריי טעג פונעם יאצייט.


דער וועד הכנסת ספר תורה רוישט שוין מיט פיבערהאפטיגע הכנות צו מסדר זיין אלע פרטים און דעטאלן על צד היותר טוב הן די מעמד סיום כתיבת האותיות און הן די תהלוכה און די הקפות אין ביהמ"ד, דערנאך די סעודה לגמרה של תורה וואס וועט פארקומען אויף א גרויסער פארנעם בראשות האדמורי"ם והרבנים בני וחתני כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצוק"ל, און אזוי ווייטער די מעמדי קודש וואס וועט זיין א געהויבענער איבערלעבעניש פאר חסידי, ידידי ומעריצי בית ווערדאן שותפי הספר תורה.


Comments


bottom of page