top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל אפגעצייכנט בצל האדמור"ים לבית סקולען

מיטוואך פ' פקודי • כ''ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

פילע חסידי ומעריצי בית סקולען האבן זיך דעם מאנטאג פארזאמלט אין ביהמ"ד הגדול מאור ישראל סקולען אין וויליאסמבורג, ביים צענטראלע סעודת הילולא רבתי לרגל די 6'טע יארצייט פונעם עמוד צלותהון דישרא"ל, הרה"ק בעל 'מאור ישראל' מסקולען זצוק"ל, אין שפיץ פון די קינדער און אייניקלעך מרנן האדמורי"ם לבית סקולען. לרגל די מאורע, איז די ביהמ"ד הגדול אויסגעשטעלט געווארן אויף א מייסטערהאפטיגע פארנעם צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס איז געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם מעמד, און הויעכשטאקיגע פארענטשעס זענען אויפגעשטעלט געווארן כדי דער ציבור זאל קענען מיטהאלטן מיט הרחבת הדעת.


תיכף נאכדעם וואס די אדמורי"ם האבן זיך געוואשן צום סעודת מצוה, האט דער גדול האחים כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א מסיים געווען ש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורכאויס די יאר דורך עדת חסידי סקולען פון אלע שטעט, כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א האט געזאגט דעם קדיש און כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א האט אנגעהויבן ש"ס פון דאסניי.


דאן האט דער סקולענער רבי שליט"א פון וויליאמסבורג אויפגעטראטן מיט דברות קודש ארומרעדענדיג במשנתו הטהורה פון אביו דער בעל הילולא באגלייט מיט סיפורים ועובדות. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די אנדערע ברודער האדמורי"ם מסקולען פון מאנסי און לעיקוואד, און דער שוואגער הגה"צ רבי שמעון יואל וויינבערגער אבד"ק וויטקא איבערצוגעבן דברי זיכרון, וכולם פה אחד האבן ארויסגעברענגט געהויבענע שטריכן, הנהגות וסיפורים פון הייליגן צדיק וואס האט באלאכטן די וועלט מיט זיין קדושה און פרישות אויף אזא געהויבענע פארנעם.


דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א נכדו הגדול פונעם בעל ההילולא פארגעזינגען וערבה לה',  כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, האט פארגעזינגען נכספה, און כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א, חתנא דבי נשיאה האט פארגעזינגען 'לולי תורתך',  דאן האט מען געהערט סיפורים ועובדות פונעם משב"ק הרה"ח ר' אברהם יצחק בלום שליט"א, וואס האט יאהרן לאנג משמש געוועהן דעם סקולענער רבי'ן ז"ל בנאמנות און האט דערציילט א שלל ענינים מן הקודש פנימה.


נאנט צו חצות הלילה איז דער ציבור אריבערגעגאנגען און געוואונטשן לחיים פאר די אדמורי"ם שליט"א, און כ"ק האדמו"ר מסקולען וויליאסמבורג שליט"א האט געבענטשט על הכוס.


צומארגנס דינסטאג מיטאג זענען די אדמורי"ם ארויף צום ציון הק' אין מאנסי אינאיינעם מיט קהל עדתם, און מעתיר געווען בתפלה ותחנונים לישועת הכלל והפרט. פארנאכטס האבן די אדמורי"ם שליט"א, יעדער באזונדער אפגעראכטן די טישן אין די בתי מדרשים בכל מקומות מושבותיהם.




Comments


bottom of page