top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בְּשִׁבְתוֹ עִם חֲבֵרִים: ראש הישיבה הגאון רבי דב לאנדא ביי שבע ברכות פון ערשטן אייניקל ביים ראש הישיבה הגר"ש אלתר

דאנערשטאג פ' פקודי • כ''ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

נעכטן (מיטוואך) נאכמיטאג האט זיך מרן הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע משתתף געוועהן ביי א שבע ברכות לכבוד די חתונה פונעם עלטסטן אייניקל ביי ידידו ורעו דער ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין שטוב פון העסקן ר' יענקל יאקאבאוויטש הי"ו אין בני ברק.


דער ראש הישיבה האט מיטגעהאלטן די שמחה א לענגערע וויילע יותר מהרגלו, וואו די צוויי גדולי תורה האבן פארברענגט אין לערנען בחדוותא דשמעתתא וריתחא דאורייתא. דערנאך האט דער ראש הישיבה געטריקנען לחיים און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד מיט די חתן און מחותנים און א באזונדערע מחול לצדיקים מיטן זיידן די ראש הישיבה. 











































Comentarios


bottom of page