top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם מסיבת שבע ברכות בשמחת בית פשעווארסק צוגעשטעלט דורך הנגיד החסיד ר' אליש ענגלענדער הי"ו

דינסטאג פ' כי תשא • י''א אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד בערנאל

 

א הערליכע מסיבת שבע ברכות איז אפגעראכטן דעם דאנערשטאג ליל שישי אין אנטווערפען, לכבוד די גרויסע שמחה במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, צוגעשטעלט דורך הרבני הנגיד ר' אליש ענגלענדער שליט"א פון לאנדאן, מקורב ובעל האכסניא פון אדמור"י בית פשעווארסק לדורותיהם. די שבע ברכות איז פארגעקומען אין די זכרון משה זאלן אין אנטווערפען, צוגעגרייט מלכות'דיג און עלעגאנט לכבוד די שמחה בבית צדיקים.


בעפאר די שמחה האט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אויפגענומען הרה"ח ר' אליש הי"ו ובני משפחתו מיט קוויטלעך, אין א זייטיגע שטוב אינעם זאל. נאך מעריב איז דער רבי ערשינען אינעם זאל און זיך געוואשן צום סעודה. בשעת די סעודה האבן די משוררים פון די פשעווארסקער קאפעליע מהנה געוועהן בשיר וקול תודה. מיט א שיינע דרשה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלום צבי ענגלענדער שליט"א רב ביהמ"ד דביר קדשו מחנובקא בעלזא אין לאנדאן, וואס האט באגריסט די געלאדנטע געסט בשליחות אביו ר' אליש שיחי', און ארומגערעט איבער די קשר פון די ענגלענדער משפחה צו בית פשעווארסק, וואס גייט צוריק קרוב צו הונדערט יאהר, אגעהויבן אינדערהיים אין קרעניץ, דערנאך אין פאריז און שפעטער אין אנטווערפען.


דער רבי שליט"א האט דאן געוואונטשן לחיים און משמיע געוועהן קורצע דברות קודש, שמועסנדיג פון די הילולא קדישא פון משה רבינו ע"ה וואס איז אויסגעפאלן בו ביום אום ז' אדר. דערנאך האט בדחנא דמלכא הרב הערשל גראס ני"ו משמח געוועהן מיט בדחנות און גראמען לכבוד שמחת חתן וכלה.


די זיידע כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון על הכוס, און מיט די שבע ברכות האט מען מכבד געוועהן די רבנים קרובי המשפחה, ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפען שליט"א. די שמחה האט זיך געשלאסן מיט א שיינעם ריקוד ווען דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט די חתן און מחותנים אויפן אויבן אן.


Comentários


bottom of page