top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יורה יורה: מעמד כבוד התורה און הכתרת רבנים אין כוללי להוראה תרביצ"א דק"ק דושינסקיא

מאנטאג פ' צו • ט' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר

 

א שיינע מעמד הכתרה און 'סיום לימוד איסור והיתר' איז אפגעהאלטן געווארן פאלאפענעם וואך בחצר הקודש דושינסקיא, נאכדעם וואס א געקליבענער צאל פון דרייסיג אברכים חשובים, די צוקומפטיגע מורי הוראה אין ק"ק בית יוסף צבי דושינסקיא, האבן זיך פארהערט אויף די לימודים פון יו"ד חלק א' ביי די שרי התורה חברי בית דין צדק העדה החרדית.


די יעצטיגע סיום יורה דעה ח"א, קומט אין נאכפאלג צום סיום יורה דעה ח"ב וועלכע די אברכי הכולל האבן מסיים געוועהן מיט עטליכע יאר צוריק, און דורכאויס די פארלאפענער יארן האבן די יונגעלייט זיך ממית געווען באהלה של תורה און געזעצן און געלערנט שעות על גבי שעות מיט אן אויסטערלישע התמדה, בהכוונתו פון הרה"ג ר' שמואל זלמן שפיץ שליט"א ראש כולל תרביצ"א, חדב"ן פונעם רבי'ן שליט"א, און אצינד האבן זיי זוכה געווען צו ערהאלטן היתר הוראה 'יורה יורה' פון די חשובע חברי הבד"ץ, הגאון הגדול רבי יעקב מענדיל יאראוויטש שליט"א, הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א און הגאון הגדול רבי שלמה יהודה הירש שליט"א, וועלכע האבן אייניג אויסגעדרוקט זייער התפעלות אויף די געוואלדיגע קענטעניסן פון די רבני הכולל.


די מעמד איז באשיינט געווארן דורך די חברי הבד"ץ ובראשם כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכע האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש און מעודד געווען די יונגעלייט ממשיך צו זיין ביתר שאת ועוז צו לערנען און זיך פארהערן מקצועות התורה צו קענען פסקנען שאלות פאר אידישע קינדער. די דרשת נואם הכבוד איז געהערט געווארן דורך הגאון רבי יצחק מאיר שטערנבוך שליט"א ר"מ בישיבת מיר און די רבנים הבחונים חברי הבד"ץ האבן משמיע געוועהן דברי ברכה לכבוד המאורע.


אין די יעצטיגע טעג ווערט אהערגעשטעלט דורך די הנהלת כולל תרביצ"א דחסידי דושינסקיא, א ספעציעלע פראגראם, ווי די חברי הכולל וועלן זיך אויסלערנען צו פסקנ'ן שאלות דורך שימוש חכמים בהוראה למעשה, נאך די פרעזענליכע פארלאנג פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א, אז די לימודים זאלן זיין אויף אן אופן פון לעשות ולקיים, כדת של תורה.


















Comments


bottom of page