top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראשי נשיאי העדה: כינוס לצדיקים אין אנטווערפן ביים דינער רבתי לטובת "כולל חבת ירושלים" בראשות האדמורי"ם מפשעווארסק און באבוב

דאנערשטאג פ' פקודי • כ''ז אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי ברגר/משה גאלדשטיין

 

די שטאט אנטווערפען האט נעכטן מאנטאג מיטגעלעבט הייליגע און היסטארישע מאמענטן פון כינוס לצדיקים, בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, ביים גייסטרייכן דינער רבתי "הנשיאים" לטובת "כולל חבת ירושלים" לצדקת רבי מאיר בעל הנס, וואס איז באשיינט געווארן בראשות דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א נשיא הכולל באמעריקע, און כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א נשיא הכולל אין אייראפע.


הנה המלכים נועדו יחדיו, מה נהדר היה המראה ווי די צוויי נשיאי העדה זענען מופיע בראש קהל אלפי ישראל תושבי העיר און געסט פון איבעראל, און האבן איבערגעפילט דעם "בית רחל" זאל וואס איז געווען אויסגעשטעלט מיט די מאקסימום זיצן, און די פארענטשעס רינגס ארום דעם זאל פאר די בחורי חמד.


במשך דעם מעמד האבן מהנה געווען די "באבובע קאפעליע" פון אמעריקע, אין שפיץ פונעם מנצח על השיר הרה"ח ר' מרדכי זאב לאנדא, וועלכע האבן אראפגעזינגען א רייע נאסטאלגישע פרקי שיר פון די צדיקי בית צאנז ושינאווא.


דער מעמד איז געעפנט געווארן דורכ'ן יו"ר הרה"ח ר' משה פאריזער הי"ו, גבאי ראשי דכולל חבת ירושלים אין אנטווערפן, וועלכער האט מיט פאסיגע רעיונות איינגעלייטעט דעם כינוס לצדיקים ותומכי הכולל. אנהייב פונעם מעמד האט ער אויפגערופן כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע נשיא הכולל, איבערצוגעבן דברי ברכה לכבוד המאורע. דערנאך איז פארגעקומען א סיום מסכת דורך האחים החשובים לבית ראטענבערג הנכבדה, וועלכע האבן מנדב געווען די סעודה לע"נ זייער מוטער.


דערנאך האט מען געהערט די דרשה דורך הרה"צ רבי בעריש רובין שליט"א מדאמבראווא, מנהל הכולל אין אמעריקע, וועלכער האט ארויסגעברענגט די פעולות הקודש דורך די נשיאי הכולל וואס מיר האבן די זכי' צו האבן דא בראשינו, וואס א גאנץ יאר געבן זיי אוועק פון זייער טייערע צייט און טירחא דגברא רבא פאר'ן הייליגן כולל, וואס דאס אליינס ווייזט די חשיבות און ווי הייליג און טייער דער כולל איז געווען על לוח לבם פון די צדיקים הקודמים.


מיט פייערליכע רגשי שמחה האט מען דאן מקבל פנים געווען דעם גרויסן גאסט, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אויפ'ן זמר "צהלו ורוני", דער רב שליט"א האט זיך באגריסט מיט הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א, און דערנאך האט דער אנטווערפענער רב שליט"א משמיע געווען דברים בנעימים, באגריסנדיג צוערשט דעם גרויסן גאסט, און ארומגערעדט איבער די הייליגקייט פונעם כולל דורי דורות, נערץ ונקדש ביי אלע צדיקים.


דערנאך האט מען זוכה געווען לקבל פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, זייענדיג א מחזה הוד ווי דער באבובער רב האט זיך אויפגעשטעלט און אראפגעגאנגען צום אריינגאנג פון זאל, און מקבל פנים געווען דעם פשעווארסקער רבי'ן, און שלובי יד זענען ביידע רבי'ס ערשינען לקול צהלה ורנה פון די טויזנטער פארזאמלטע.


דער יושב ראש האט באגריסט ביידע אדמורי"ם, און דערנאך האט דער פשעווארסקער רבי איבערגעגעבן זיין ברכת הקודש פאר אלע נאספים מחזיקי הכולל, און געוואונטשן דעם גרויסן גאסט דער באבובער רב מנשיאי הכולל.


מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דאן האט דער באבובער רבי שליט"א משמיע געווען דברי אלקים חיים און צענטראלע דברות קודש, אנהייבנדיג מיט א חרדת קודש "ברשות פונעם פשעווארסקער רבי'ן, נשיא אלקים אתה בתוכינו", און דאן ממשיך געווען איבער'ן חשיבות פון מחזיק זיין דעם גאליציאנער כולל וואס איז געווען אזוי חשוב ביי אונזערע רבי'ס, דאס איז געווען אונזער מסורה דורי דורות, און דאס איז מקרב די גאולה.


צום שלוס פונעם מעמד איז דער גאנצער עולם אריבערגעגאנגען כבני מרון אריינלייגן די נדבות הקודש אין די גרויסע פושקע וואס איז געליגן פארנט פון די ביידע רבי'ס, וועלכע האבן באנפין נהירין מאציל געווען ברכת קדשם פאר אלע תומכים, און דערנאך האבן ביידע רבי'ס פארלאזט דעם מעמד.


Comments


bottom of page