top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תאו ואתכנשו: הילולא רבתי פון הרה"ק ר' נחמן מברסלב זי"ע מיט שמחת בית השואבה בראשות הגה"צ רי"מ שעכטער שליט"א אין בני ברק

דינסטאג וזאת הברכה ב' • י"ג תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

 

אין אן ערשטמאליגע שריט איז געמאלדן געווארן מטעם בית פאר הדור כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אז דעם קומענדיגן מוצאי שבת חול המועד, בליל הילולא קדישא פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, וועט דער רב שליט"א אפרעכטן די הילולא רבתי במעמד אלפי חסידי ברסלב מכל רחבי ארה"ק אין עיר התורה והחסידות בני ברק אינאיינעם מיט א גראנדיעזער מעמד שמחת בית השואבה לכבוד החג.


דאס קומט נאכדעם וואס דעם היינטיגן מיטוואך זענען ארויפגעקומען לביתו נאוה קודש פון הגה"צ רבי מאיר יעקב שליט"א א משלחת כבוד פון גדולי רבני ברסלב, ובראשם הגה"ח רבי יעקב קעניג שליט"א ראה"כ ברסלב בני ברק ומחשובי חסידי ברסלב, וועלכער האט מפציר געווען ביים רב אפצורעכטן די הילולא קדישא פון רבי נחמן זי"ע ברוב עם הדרת מלך אינאיינעם מיט א מעמד שמחת בית השואבה, צו וואס דער רב שליט"א איז נעתר געווארן לבקשתם, לשמחת לבם פון חסידי ברסלב וואס קוקן ארויס דערויף מיט שטורמישע שפאנונג.


ווי נאר די ידיעה איז ארויס האבן זיך מאביליזירט א באזע פון טיכטיגע עסקנים וועלכע האבן זיך ארויסגעלאזט אין א זוכעניש צו אפירטרעפן א פאסיגער אכסניא א מקום רחבת ידים אין שטאט בני ברק וואס זאל אקאמאדירן דעם התאספות רבתי בהילולת רבי נחמן זי"ע וואס איז ביי חסידי ברסלב, ובפרט בצל קדשו פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א דער הויכפונקט פונעם יאר, ווען מ'איז משנן משנתו הטהורה פונעם הייליגן רבי נחמן זי"ע וואס געט אריין א חיות דקדושה און שמחת הנפש אויף א גאנץ יאר. מער פרטים איבער די סדרי וזמני המעמד וועלן נאכפאלגן.

Comments


bottom of page