top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע קול קורא פון איבער הונדערט רבני מאנסי מיט הייסע רוף צום ציבור זיך אנצושליסן אינעם "מצא טוב" רעוואלוציע

דאנערשטאג פרשת שמיני • כ"ו ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין די יעצטיגע טעג שפילט זיך אפ אן היסטארישן קאפיטל פון כלל ישראל אין פולן זין פון ווארט. עס די סאמע ערשטע מאל אין היסטאריע וואס א גאנצע עיר ואם בישראל מיט טויזענטער חרד'ישע איינוואוינער, צענדליגער קהלות הקודש, און הונדערטער רבנים, גרייטן זיך אינאיינעם צו פארמירן א מעכטיגן כח הרבים, און איינמאל פאר אלעמאל אדורך ברעכן דעם שרעקליכן לאסט און עול וואס ליגט אויף די פלייצעס פון היימישע מחותנים וואס גרייטן זיך צו פירן זייערע קינדער אונטערן חופה.


אין די פארלאפענע טעג האט זיך כלל ישראל דערקוויקט מיט די ארטיקלען און בראשורן איבער דעם "מצא טוב" רעוואלוציע, א לאנג ערווארטעטע דורכברוך וואס האט שוין אנגעהויבן ברענגען אויסערגעווענליכע דערלייכטערונג פאר הונדערטער מחותנים וועלכע האבן שוין גענאסן דערפון, און פילע אנדערע וועלכע גרייטן זיך צו געניסן דערפון אינעם צוקומט ווען זיי וועלן אי"ה מאכן א שמחה בשעטו"מ.


דער קול קורא איז א הילכיגע ווייגעשריי פון איבער הונדערט רבני מאנסי, וועלכע זענען די ערשטע צו הערן די ווייטאג פון בעלי בית'ישע בעלי שמחה וועלכע קענען פשוט נישט אויפקומען מיט די געלט צו דעקן די הוצאות החתונה, טראץ דעם וואס זיי פארדינען שיין, און דעקן זייערע אלע אנדערע הוצאות אן קיין שום הילף פון אנדערע.


און אט די בעלי שמחה זענען אין די שווערסטע מצב, ווייל זיי ווייסן נישט וויאזוי מען בעט פון א צווייטן, זיי האבן קיינמאל נישט גענומען קיין פרוטה פון א צווייטן, זיי האבן שווער געהארעוועט אויף יעדן דאללער, און האבן אליין געדעקט אלע זייערע ימים טובים, שכר לימוד, און קלענערע זייערע שמחות, אבער ווען עס קומט צו חתונה מאכן, ברעכן זיי אונטער, ווייל זיי פארדינען פשוט נישט אן איבעריגע הונדערט אלפים א יאר מער ווי זייערע הוצאות.


צו וועם ווענדן זיך אט די אלע בעלי שמחה די ערשטע? צום רב. ווייל דעם רב קען מען געטרויען מיט אלע זייערע געהיימניספולע ווייטאגן. וואס טוט דער רב? ער שארט זיך ארויף די ארבל, און שאפט צענדליגער אלפים שטילערהייט, אז דער בעל בית זאל ח"ו נישט הערן און געוואויר ווערן... אט דער עפיזאד שפילט זיך אפ ביי יעדן רב, און נישט איינמאל, נאר נאכאמאל און נאכאמאל.


דעריבער זענען די רבנים געווען די ערשטע ארויפצושפרינגען אויף דעם "מצא טוב רעוואלוציע" צו העלפן גאנץ מאנסי זיך אנשליסן אין דעם היסטארישן דורכברוך. און עס איז טאקע דער ערשטער מאל וואס די גרעסטע רבנים פון א ריזן שטאט האבן זיך צוזאמגענומען מיט איין איינציגן ציל, צו ברענגען א דערלייכטערונג פאר טויזענטער אידן אויף איינמאל, און צו שפאָרן צענדליגער, און אפילו הונדערטער מיליאנען דאלארן פאר מחותנים אין די קומענדיגע יארן.


דער קול קורא איז א צווייפאכיגע קריאת הקודש. ערשטנס, ברענגט עס ארויס דעם געוואלדיגן ווייטאג פונעם מצב כמות שהוא, וואס רוב רובו פון היימישע מחותנים קענען נישט חתונה מאכן אן קיין חובות אדער הילף פון אנדערע, און עס רופט דעם ציבור זיך צוצושטעלן און זיך אנשליסן אין די "מצא טוב" דורכברוך.


צווייטנס, רופט דער קול קורא צום ציבור זיך צו באטייליגן אין מאסן ביים היסטארישן כינוס "להקהל" וואס וועט אי"ה פארקומען אין מאנסי דעם קומענדיגן פסח שני הבעל"ט.


דער גיגאנטישער כינוס וועט בעזה"ש זיין א געלעגנהייט פאר אלע תושבי מאנסי צו הערן פונקטליכע דעטאלירטע פרטים פון דעם "מצא טוב" רעוואלוציע, צו הערן די אויסטערלישע הצלחה פון די פארלאפענע יאר, צו הערן פון רבנים, עסקנים, און פון מחותנים וועלכע האבן שוין גענאסן דערפון און זיך געשפארט צענדליגער אלפים.


ביים כינוס וועלן תושבי מאנסי הערן פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי זיך אנצושליסן אין מצא טוב, וויאזוי מקיים צו זיין דעם איש את רעהו יעזוורו ואל אחיו יאמר חזק, און פארגרינגערן פאר אנדערע דאס צו טון, וויאזוי צו אדרעסירן דעם נושא אין שטוב, מיט די קינדער, און מיט מחותנים, און וויאזוי איבערצוקומען שוועריקייטן וואס קענען אונטערקומען.


תושבי מאנסי קוקן ארויס בכליון עינים צו זען און הערן מער פרטים איבער דעם כינוס, וואס וועלן אי"ה פארעפנטליכט ווערן במשך די קומענדיגע טעג און וואכן. און אחינו בני ישראל די בכל אתר ואתר קוקן ארויס אויף די הצלחה פון מאנסי, אז דאס זאל קענען שפעטער איינגעפירט ווערן אין אלע אנדערע אידישע שטעט.


bottom of page