top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רחמנא אידכר לן: מאסן תלמידים וחסידים מיטגעהאלטן שבת הילולא בחצר הקודש טאהש

דאנערשטאג פ' שופטים • ב' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

דער הייליגע שטעטל קרית טאהש קאנאדע האט אין די לעצטע טעג געווירבלט מיט אומגעהויערע מאסן, פון טויזנטער אידן בליעה"ר, זקנים עם נערים, וואס האבן "עולה רגל" געווען און געקומען מרחוק ומקרוב לכבוד ז"ך אב וואס איז אויסגעפאלן בעצם יום השבת די ניינטע יומא דהילולא רבתי פונעם מייסד הקרי' הרה"ק מטאהש זי"ע, אשר שם חלקת מחוקק ספון, ווי מען האט פארגאסן נחלי דמעות לישועת הכלל והפרט וכל משאלות לבבם לטובה בזכותו של אותו צדיק עמוד צלותהון דישראל.


מיט א באזונדערע התרוממות דקדושה איז געפראוועט געווארן די גרויסע טאג ביי חסידי טאהש המקושרים לאילני דחיי בצילא דמהימנותא פון בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אין קרית מלך רב קרית טאהש רבתי.


ערב שבת קודש באשמורת הבוקר האט די רבי שליט"א געדאווענט שחרית אינעם היכל הכוללים אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה, און אורחים חשובים, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון אן אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, א זון פון חתנו הרה"צ רבי יואל יחיאל קאהן שליט"א. דאן איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' אין באגלייטונג פון א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה. איידער אמירת תהילים האט די רבי משמיע געווען דברות קודש בקול בכי, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע דביקות און העכערע עבודה וואס דער בעל ההילולא האט געהאט מיטן תהלים'ל, און מעורר געווען אז די צדיק זאל משפיע זיין כל טוב בזכות אמירת תהילים, באזונדער האט דער רבי געזאגט אז מ'קען זיך אויך מקשר זיין פון דא צום הייליגן סאטמאר רבי'ן זי"ע וואס זיין יומא דהילולא געפאלט היינט, און די בעל הילולא פלעגט כסדר פארן להסתופף בצל קדשו. 


דערביי האט מען אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים בהתעוררות רב און די בכיות ביי אלע אנוועזנדע איז געווען עד לב השמים. נאך תהילים זאגן האט דער רבי שליט"א געלערנט א פרק משניות און מען האט געזינגען די הייליגע אויסגעווייקטע 'אהבה רבה' ניגון מיט גרויס התעוררות, וועט די גאנצע ציבור בעט זיך אויס אלעס גוטס בהאי מקום קדוש וזמן נשגב, דאן האט די רבי גענומען קוויטלעך פונעם ציבור און אנגעוונטשן מזאל האבן געפוילט אלעס גוטס.


שפעטער נאכמיטאג בפניא דמעלי שבתא איז די רבי שליט"א ווידער ארויף צום ציון המצוינת ווי די רבי האט גזיך משתטח געווען אויפן ציון הקדוש אויסבעטנדיג א תפילה חרישית און פארגאסן טרערן פועל'נדיג ישועות ורפואות פאר גאנץ כלל ישראל, דערנאך האט די רבי אויפגענימען א גרויסן ציבור אורחים חשובים בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד לברך ולהתברך בהאי יומא רבה.


פארן זמן כניסת השבת איז די היכל ביהמ"ד הגדול פיל געווארן מיט בחורי החסידות, ותלמידי הישיבות וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען צום מעמד הכנה לשבת, עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה הרה"ג ר' יששכר דוב מאירוביץ שליט"א איבער שבת קודש במשנתו של רבי, דאן האבן די בחורים געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכע האט מיט קאכעדיגע דיבורים אויפגעפלאמט די הערצער, און אריינגעברענגט די קדושת השבת אין די ביינער, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע זכי' וואס מיר גייען האבן, אז די הייליגע רבי קומט אראפ און וועט זיין מיט אונז במשך די גאנצע שבת, און ווי שטארק מיר דארפן אויסנוצן די צייט דורכאויס שבת, דערנאך האט די רבי געצינדן די נר תמיד לעילוי נשמתו הטהורה, און די נרות שבת, און דערנאך געזאגט שיר השירים צוזאמען מיט אלע בחורים.


די רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו מנחה און דערנאך ארויף אויפן בימה און משמיע געווען דברות קודש מלהבות אש איבער די געוואלדיגע זמן ועת רצון, און מעורר געווען זיך מחזק זיין אין די ענינים וואס די רבי זצ"ל פלעגט פאדערן כסדר, און בפרט אין כבוד בית המדרש, און ח"ו נישט רעדן ביים דאווענען, אזוי אויך קומען צו תהילים שבת אינדערפרי און מסיים געווען מיט ברכות קדשו לרוב. דערנאך איז די רבי שליט"א צוגעגאנגען צו קבלת שבת מיט גרויס התלהבות אריינברענגענדיג די גאנצע ציבור אין א העכערע אטמאספערע, נאכן דאווענען האט מען געזינגן די גוט שבת ניגון, און די גאנצע ציבור איז אריבער וואונטשן א גוט שבת און די געסט האבן גענומען שלום פונעם רבי'ן.


די סעודת ליל שבת קודש פאר די געסט איז געווען צוגעשטעלט בהרחבה גדולה אין די זאלן פון בית צירל, בראשות הרבנים הגאוה"צ שליט"א בני וחתני כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, במשך די סעודה האט אויפגעטראטן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א.


נאכן סעודה איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור בהיכל ביהמ"ד הגדול אנגעהויבן פון שלום עליכם, מיט די זמירות זענען מכובד געווארן האדמורי"ם מתולעת יעקב, זידיטשוב פרעמיסלא, טעמשוואר קרית יואל, דעלעטין, אב"ד שער התפילה פאמענע, אב"ד נאפקער און נאך, די רבי שליט"א האט פארגעלערנט פונעם ספר הקדוש 'נועם אלימלך' און געבענטשט על הכוס.


שבת אינדערפרי האט דער רבי פארגעזאגט ספר תהלים ביים עמוד, די גאנצע ביהמ"ד איז געווען פיל מקצה אל הקצה, און די קול התפלה האט בוקע געווען עד לב הרקיע. די רבי האט געדאוונט פארן עמוד פסוקי דזמרה, שחרית און מוסף לכבוד די יומא דהילולא קדישא, די עליות האבן עולה געווען חתנא דבי נשיאה האדמורי"ם מהאדאס און ספינקא מאנטריאל, די דייני הקהילה פון בארא פארק, מאנסי און קרית יואל, האדמורי"ם מזידיטשוב חרדים, זוטשקא קאראקאס און אב"ד ווערעצקי פלעטבוש, און די רבי האט עולה געווען מפטיר און דערנאך געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות.


די מיטאג טיש האט די רבי אפגעראכטן מיט די געסט ותלמידי הישיבה גדולה אין די זאלן פון בית צירל, שבת נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנטריאל שליט"א פארגעלערנט א שעור אין פרקי אבות בהיכל ביהמ"ד הגדול.


די קלימאקס פונעם שבת איז געווען בעת רעווא דרעוין ביי די פייערדיגע דברות קודש ביסודות הדת, ווי דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט ביסודות איתנים וואס די רבי זי"ע האט שטענדיג משנן געווען, צום ערשט זיך צו פירן אלץ מיט יראת שמים ברוחניות ובגשמיות, אזוי אויך איבער פאלגן די גדולי ישראל און מקבל זיין די גדרים וסייגים וואס זיי שטעלן אוועק פאר כלל ישראל, אפילו מען פארשטייט נישט, און דאס וועט זיין די שמירה אין אזא שווערע גלות, אויך האט די רבי מעורר געווען זיך האלטן צוזאמען אין די היימישע בתי מדרשים און פאלגן די הייליגע תקנות, אזוי אויך שיקן די קינדער לערנען אין די מוסדות הקדושים וואס די בעל הילולא האט מייסד געווען, און מסיים געווען אז בזכות זה, וואס מיר גייען אויף זיינע וועגן, ועט ער ווייטער אנגיין אויבן אין הימל, און איינרייסן פאר אונז אלעס גוטס.


מוצאי שבת האט זיך די ריזיגער ציבור פארזאמלט אין ביהמ"ד הגדול, צו די צענטראלע סעודת הילולא און מלווה מלכה וואס איז אפאגעראכטן געווארן במקום הקודש, בבית מדרשו של רבי, דער ביהמ"ד איז הערליך אויסגעשטעלט געווארן מיט די מאקסימום פלעצער פארן גאנצן ציבור, בשעה 12:00 איז די רבי שליט"א ערשינען צום טיש און זיך געוואשן צום סעודה, דאן האט די רבי געמאכט דעם "סיום הש"ס" וואס איז געלערנט געווארן דורך עדת חסידי טאהש לעילוי נשמתו פונעם רבי'ן זי"ע. אין דער רבי האט געזאגט דעם קדיש.


במשך די סעודת הילולא, האבן די בעלי מנגנים דחצר הקודש טאהש פארגעזינגען פארשידענע ניגוני התעוררות וואס מ'פלעגט זינגן אין די זמנים מיוחדים במחיצתו של רבי, די רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים און אויפגעטראטן מיט פלאם פייערדיגע דברות קודש מיט דברי חיזוק והדרכה, ממשיך זיין די הייליגע וועגן, און דערציילט עובדות וסיפורים אויספירענדיג מיט ווארימע ברכות לרוב, די רבי האט געבענטשט על הכוס, און נאכן טיש איז די רבי צום דריטן מאל ארויף צום ציון הקדוש אויף אמירת תהילים.


במשך אלע טעג ארום שבת האט זיך נישט אּפגעשטעלט דער ענדלאזער שטראם פון טויזנטער אידן וועלכע זענען געקומען מתפלל זיין אויפ'ן ציון הקדוש, קרית טאהש איז געוואן באלאגערט מיט טויזנטער אידן וואס האבן נישט אויפגעהערט צו שטראמען. אויפ'ן גאנצן וועג ארויף צום ביה"ח איז מען געגאנגען מאסן אידן, און מ'האט איינגעריסן אויף ישועתן של ישראל מיט אן התעוררות נפלא, זייענדיג נכון לבם בטוח בזכותו פונעם בעל הילולא , אז מ'האט גע'פועל'ט אלעס גוטס.



Comments


bottom of page