זונטאג פ' פינחס - י"ג תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: קרית יואל היימשטאט
דעם פארלאפענעם זונטאג אין די נאכמיטאג שטונדן איז כ"ק האדמו''ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך בהרי הקעטסקילס ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען צו צוויי מעמדי קביעת מזוזה פאר נייע בנינים וואס זענען געבויעט געווארן אין סאטמארע קעמפס.
צוערשט איז דער רבי אנגעקומען אין מחנה רב טוב-נתן צבי אין מאנטיסעלאו וואו עס איז פארגעקומען דער מעמד קביעת מזוזה פארן נייעם בנין התלמוד תורה החדש מיט צוועלף פרישע קלאסן, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די הנהלת המחנה, און ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויפן קעמפ, אלע נייע איינריכטונגן און הרחבת גבולי הקדושה. דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די כיתות און האט קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די כיתות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, דערנאך האט ר' מאיר מרדכי הי"ו אויפגערופן די חשוב'ע נדבנים זאלן קומען אונטערשרייבן די שטרות מיטן רבי'ן שליט''א.
שפעטער איז דער רבי אנגעקומען אין מחנה 'בית רחל' אין פאלסבורג וואו עס איז פארגעקומען דער מעמד קביעת מזוזה פארן נייעם דארמיטארי געביידע וואס איז געבויעט געווארן פארן געברויך פון די טויזנטער תלמידות וועלכע הייבן אן קעמפ אין די יעצטיגע טעג און עס האט שוין געהערשט א שטארקער מאנגל אין שלאף צימערן פאר די תלמידות. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אינעם קעמפ און איז ענטפאנגען געווארן דורך הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מנהל המוסדות בקרית יואל, דער רבי איז גלייך צוגעגאנגען צום נייעם בנין וואו דער רבי האט געקלאפט א מזוזה און דערנאך זיך אומגעקוקט אויפן נייעם בנין. דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם נייעם ביהמ"ד אין די מחנה וואו עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל און דעם רבינ'ס איידעם הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד ישמח משה ומרבני המחנה.
דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש אז מען דארף זען אין די זומער וואכן זאל מען נישט נאכלאזן גארנישט פון אידישקייט, און ארומגערעדט בשבח פון די הנהלת המחנה וואס לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער צוצושטעלן אלעס פאר די מיידלעך בגשמיות וברוחניות, און ארויסגעברענגט די שמחה פון באנייען א נייעם בנין זאגענדיג אז עס איז שוין די דריטע שמחה היינט נאך וואס עס איז געווען א חומש סעודה אין מאנסי פאר די קליינע קינדער, א חנוכת הבית פאר די גרויסע קינדער אין די אינגל קעמפ, און יעצט א חנוכת הבית פאר א בנין פאר די מיידלעך, און ארומגערעדט איבער די שטארקע כוחות וואס הרה''ק בעל 'דברי יואל' זיע''א האט אריינגעלייגט אין חינוך הבנות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
Comments