top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

השתדלו והרבו תחינה: האד' מבית שמואל צבי דספינקא אריבער עמערדזשענסי אפעראציע אין שפיטאל; זקוק לרחמי שמים

מאנטאג פ' פקודי • כ''ד אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

השתדלו והרבו תחינה ובקשה: די נאכט האט מען ליידער אנטדעקט א שווערע אינפעקציע ביי כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא שליט"א לרפואה שלימה, און אריינגענומען דעם רבי'ן אין שפיטאל. דער רבי איז געווען היבש אפגעשוואכט די לעצטע פאר וואכן, און נאכן דורכפירן פארשידענע אונטערזוכונגען דורך פראפעסארן האט מען אנטדעקט א אינפעקציע אין די מאגן וואס מען האט באהאנדעלט מיט מעדיקאציע.


נעכטן אין לויף פונעם טאג האט זיך דער רבי אנגעהויבן נישט גוט שפירן, די הצלה האבן אריינגעפירט דעם רבי'ן צו די NYU שפיטאל אין מאנהעטן, וואו עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער רבי געפונט זיך אין א מצב סכנה , נאכדעם וואס די אינפעקציע האט זיך צושפרייט און האט שטארק געשעדיגט די מאגן, מען האט באלד אריינגענומען דעם רבי'ן אין אפעראציע צימער פאר א קאמפליצירטע אפעראציע פון עטליכע שעה, וואס איז ב"ה אריבער מיט הצלחה.


די רבי שליט"א איז שוין בחסדי שמים ארויס מגדר סכנה, אבער איז נאך אנגעוויזן אויף תפילות ישראל, און וועט פארבלייבן עטליכע טעג אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען, אידן זענען מתפלל לרפואתו השלימה והמהירה, מרן יוסף מאיר בן בלומא שרה. היינט אינדערפרי האט דעם רבינס שווער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א ארויסגעשיקט א מנין אידן מתפלל צו זיין ביים ציון הק' פון אביו כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי דוד משה מקרעטשניף זי"ע אויפן בית החיים אין רחובות, להעתיר בתפילה ותחנונים פארן רבי'ן שליט"א.

Comments


bottom of page