top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דברי הדרכה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א‎

דארנעשטאג נאכט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויפגעטראטן מיט דברי הדרכה פאר די עלטערן פון בחורי ישיבת קטנות אויפן טעלעפאן. צווישן אנדערע האט דער רבי אויפגעפאדערט אז קיין שום בחור טאר זיך נישט געפונען מיט א סעלפאן בשום פנים ואופן סיי ביי זיך אין טאש און אויך אינדערהיים טאר א בחור נישט האבן א פריוואטע נומער ווי מ'קען אים רופן. דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז אין די לעצטערע וואכן איז געווען א מצב פון 'ההכרח לא יגונה' ווען ס'איז נישט געווען קיין אנדערע ברירה און עס איז נאר געווען מעגליך צו לערנען דורכ'ן טעלעפאן. אבער היינט ווען די ישיבות האבן זיך שוין צוריק געעפענטאין בתי מדרשים איז אויסדרוקליך שטרענג פארבאטן דאס באנוץ פון א סעלפאן ביי בחורים. אזוי אויך האט דער רבי שליט"א געזאגט אז אזוי אלע סניפים פון די ישיבה קטנות זענען אויסגעשפרייט אין די יעצטיגע טעג לענגאויס אלע בתי מדרשים פון די קהלה אין וומסב"ג, טאר זיך נישט שטעלן קיין שום מנין אין די בתי מדרשים שפעטער ווי צעהן אזייגער, כדי נישט צוצושטערן די סדרי הלימודים וואס הייבן זיך אן עלף אזייגער. דער רבי שליט"א האט קלארגעשטעלט אז עס וועט שטרענג אינפארסירט ווערן און ס'איז מעגליך אז די תקנה וועט אויך אנגעהאלטן ווערן נאכדעם וואס די קריזיס וועט אדורכגיין כדי אנצוהאלטן די זמני התפלה כראוי.



Comments


bottom of page