דינסטאג פ' האזינו א' • כ"ו אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
דעם זינטאג א' סליחות איז כ''ק האדמו''ר ממיאלען שליט''א ארויסגעפארן אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים מתפלל צו זיין לקראת די ימי הרחמים והרצון זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאהר. צווישן אנדערע האט די רבי פוקד געוועהן דעם ציון הק' פון זקינו הרה''ק רבי דוד משה מקרעטשניף זי''ע אין רחובות, ציון התנא רבי שמעון בר יוחי אין מירון, ביי די קברי הצדיקים אויפן אלטן בית החיים אין צפת אין ביי די מקומות הקדושים אין טבריה.
Comments