top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ואני אבטח בך • הושענא בלעטער פארטיילט פאר חסידי סערט וויז'ניץ אלס שמירה

זונטאג פ' לךלך • ז' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


אן אייגענארטיגע 'סגולה' איז פראקלאמירט געווארן בחצר הקודש סערט וויז'ניץ, שטייענדיג אין די יעצטיגע אנגעצויגענע טעג, ווען תושבי ארה"ק זענען אנגעוויזן אויף א באזונדערע שמירה.


לויט ווי עס ווערט געמאלדן וועלן די חסידים וואס וועלן ביישטייערן פופציג שקל לטובת דעם רבינ'ס צדקה קאסע 'קרן הצדקה אהבת ישראל', זוכה זיין צו ערהאלטן א שטיקל 'ערבה' פון די 'השוענות' מיט וואס כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א האט געקלאפט הושענות ביום הושענא רבא אין ממתיק געווען די דינים ביים קלאפן די ערבות, אין אויף וואס דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט בלשון קדשו אז די ערבה איז א שמירה עליונה.


לויט ווי די עסקנים געבן איבער, וועט מען קענען ערהאלטן דעם שמירה פאר די ביליגע פרייז פון בלויז פופציג שקל, וויבאלד דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז יעדער איינער דארף האבן א שמירה, און כדי אז יעדע איינציגסטע חסיד זאל זיך קענען איינהאנדלען א שמירה, ווערט עס פארקויפט פאר א ביליגע פרייז.




Comments


bottom of page