top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כי בא אורח • יהדות ניו יארק גרייט זיך לקבל פני הוד כ"ק האד' מקהל חסידי ירושלים שליט"א

זונטאג פ' וירא • י"ד חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


יהדות ניו יארק לבשי בגדי תפארתך כי בא אורח

שטורמישע געפילן נעמט ארום דאס יהדות החרדות אין ניו יארק, ווען היינט מאנטאג גרייט מען זיך צו אנטפאנגען את פני הקודש פונעם גרויסן גאסט פון ארצינו הקדושה, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א מגדולי מנהיגי יהדות הצרופה בעיר השם שמה, וועלכער גרייכט די ניו יארקער האפן אויף א געהויבענע נסיעה, אויפצוטרייבן גרויסע געלטער למען החזקת מוסדותיו הקדושים על טהרת הקודש אין ירושלים עיר הקודש.

ווי יאר יערליך קומט דער רבי שליט"א צופארן קיין ניו יארק אויף א מסע חיזוק והתחזקות, ווען עס ווערט געגעבן די געלעגנהייט פאר די חסידים דאהי נהנה צו זיין מאורו הגדול ולחזות בנועם זיוו תפארתו, ווען גלייכצייטיג טוען די חסידים ארויסהעלפן דעם רבי'ן טראגן דעם שווערן עול, די מוסדות הקדושים און די שיינע לעכטיגע קהילה על מי מנוחות.

די שטאט בארא פארק וועט האבן די ערשטע זכיה אויפצונעמען דעם גרויסן גאסט, ווען היינט מאנטאג וועט דער רבי מופיע זיין בשערי העיר, און האבן די אכסניא בבית הנגיד החסיד המפואר ר' משה מנחם מענדלאוויטש ע"ה מגדולי תומכי המוסדות. דורכאויס די וואך וועלן די חסידים אין בארא פארק האבן די זכיה אריינצוגיין אל הקודש פנימה זיך וואונטשן ביים רבי'ן, און עס וועט פארקומען ספעציעלע מסיבות בבתי נדיבים בעם לטובת די מוסדות.

דעם קומענדיגן דאנערשטאג איז דער רבי שליט"א ערווארטעט אנצוקומען קיין וויליאמסבורג, וואו עס וועט געפראוועט ווערן א גייסטרייכע און געהויבענע שבת קודש בצילא דמהימנותא, די ריזן עידן פאלאס זאלן איז ארויסגעדינגען געווארן פארן שבת צו קענען אקאמאדירן די פילע משתתפים ביי די תפילות און עריכת שולחנות הטהורות אויפן קארלינער שטייגער.

די אכסניא אין וויליאמסבורג וועט זיין אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' שמעון ישראל פערלמוטטער הי"ו, און די נאכפאלגענדע טעג וועט דער רבי שליט"א אפשטאטן א באזוך בקרב חסידיו אין קרית יואל, און שפעטער פראווענען א געהויבענע שבת אין די קעטסקילס בערג אינאיינעם מיט די גרעסערע נגידים ותומכים.

הנה ימים באים.



Comments


bottom of page