top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז קלויזנבורג באזוכט אין נייע בנין הקהילה דחסידי צאנז קלויזנבורג אין בני ברק

דאנערשטאג פ' כי תבוא • ט"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ארץ ישראל אויף די געהויבענע מסע הקודש 'והופע והנשא' לטובת די בניני המוסדות דחסידי צאנז קלויזענבורג בארץ הקודש, איז דעם מאנטאג נאכט כחצות הלילה ארויסגעפארן פונעם אכסניא אין מושב אבן ספיר צום עיר התורה והחסידות בני ברק, ווי די רבי שליט"א האט באזוכט אינעם נייעם בנין אדיר אויף רח' בן יעקב, וואס איז אפגעקויפט געווארן מיט עטליכע חדשים צוריק און וועט דינען אלס אכסניא של תורה ותפילה און תל תלפיות פאר חסידי צאנז קלויזענבורג אין שטאט בני ברק.


די רבי שליט"א האט זיך צום ערשט אומגעקוקט אינדרויסן פונעם בנין, און דערנאך אריין אינעם געביידע אין באגלייטונג פון די חברי וועד קרן הבנין פון די בניני המוסדות אין ארץ ישראל, און די חברי וועד 'שותפות והתקשרות' פון אמעריקא, ווי די רבי האט געהערט א באריכט איבער די ווייטערידגע פארשריט פון איבערבויען דעם בנין לשם ולתפארת מיט א ריזן היכל בית המדרש, חדרי תפילה צום דאווענען, א געשמאקע מקוה, א היכל התורה און אזוי ווייטער.


פון דארט איז די רבי שליט"א צוגעפארן צום שטוב פון העסקן הנמרץ הרה"ח ר' אברהם יואל לידער הי"ו מראשי העסקנים פונעם פראיעקט פון די נייע בנין אין בני ברק, ווי די רבי שליט"א האט קובע געווען א מזוזה אין זיין נייעם דירה און אפגעראכטן א שולחן לחיים, באשמורת הבוקר האט זיך די רבי שליט"א צוריק געקערט למעון קדשו אין מושב אבן ספיר ווי די רבי וויילט אין לויף פון די ימי הביקור.



Kommentare


bottom of page