top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' בחוקותי • כ"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש | בילדער קרעדיט: באדיבות המצלם

 

האד' מזוועהיל אין א טענצן מיט זיין חאלאקע אינגל אויפן אקסל דעם ל"ג בעומר.

צענדליגער בחורי וויז'ניץ ביים צונעמען די פארענטשעס דעם ערב ל"ג בעומר אין אשדוד נאך די הוראת הקודש פון האד' מוויז'ניץ אויסצופאלגן די אנווייזונגען פון די פאליציי וועלכע האבן איינגעארדענט די עסקנים צו צונעמן די פארענטשעס מיטן אויסרייד אז עס שטעלט א געפאר.

האד' מוויז'ניץ אינעם לופטפעלד אנקומענדיג קיין ניו יארק וואו די רבי האט אפגעווארט די רענצליך כאחד האדם.

ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים שרייבן חידושי תורה אויפן פליגער קיין ניו יארק.

וכדי בזיון וקצף • ציוניסטישע פאליציי אין מירון  ביים ארעסטירן כ"ק הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א ערב די הילולא קדישא פארן בלויזן חטא פון געבן צו עסן פאר אידן.

די רב שליט"א ווערט געזעהן זיך אפגעבן אינעם הכנסת אורחים ד'קארלסבורג אין מירון.

הרב אברהם רוקח בן האד' ממכנובקא בעלזא ביים מזכה זיין א בעל תשובה מיט תפילין אינעם לוד לופטפעלד.

האד' מסאדיגורה ביים פענסטער בבנין ביהמ"ד הגדול סאדיגורה וואו די רבי האט מיטגעהאלטן די ריקודין נאכן הדלקה דעם מוצאי שבת.

גאב"ד מאקאווא אויף א תפילה ביים ציון הרשב"י אין מירון אין די טעג נאך ל"ג בעומר, ווערט געזעהן הנגיד בנש"ק הרב יוחנן טווערסקי שליט"א.

האדמו"ר מקרעטשניף מאנסי ביים פסח שני טיש אין שטוב פון חתנו ראש ישיבת ליזענסק, ווערט געזעהן מחתונו האדמו"ר מליזענסק שליט"א, אין האדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא.

האד' מפאפא טרעט אויף ביים אסיפה פאר בנות פאפא, שטייענדיג אונטער א מחיצה.

האד' ממודזיץ ביים אפשערן נכדו א זוהן פון זיין איידעם הרב יחיאל יהושע האגער בן האד' מסערט וויזניץ די וואך ביום ל"ג בעומר.

הרב מאיר ליכטנשטיין פון די מעיאר'ס פון שטאט לעיקוואד ביים זיך באגריסן מיט האד' מסקולען לעיקוואד ביים מעמד ההדלקה די וואך.

האדמו"ר מספינקא ביים מקיים זיין מצוות שליח הקן די וואך.

מעט אור דוחה הרבה חושך, ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון.

אויף די ירושלימער גאסן האט 'קרישקעס' באמערקט האד' מראחמיסטריווקא ביים מעיין זיין אינעם שארפער מכתב, וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך דער בית דין הגדול שבירושלים, בד"ץ העדה החרדית אין וועלכע זיי פארדאמען די פאליציי'ס ברוטאליטעט אין מירון, און דאס וואס ס'זענען ליידער געווען היימישע מוסרים קעגן עולי מירון.

האד' מוויז'ניץ לאנדאן אויף א באזוך די וואך בבית הרבני הנגיד ר' יצחק שפירא הי"ו אין ציריך שווייץ זייענדיג אונטערווענגס קיין דאוואס אויף אפרוה.

דער בארימטער גבאי צדקה הנגיד ר' יואל ישראל זופניק הי"ו בקודש פנימה ביי האד' מתולדות אהרן במקום הנופש אין עיה"ק צפת.

האד' מוויזניץ אויפן פליגער אויפן וועג אהיים צוריק קיין ארץ ישראל נאכן וויילן אויף אפרוה אין דאבוס שווייץ, אין א שמועס מיט מקורבו הנגיד ר' מתתי' גראזינגער הי"ו.

האדמו"ר ממבקשי אמונה האט 'קרישקעס' באמערקט ביום ל"ג בעומר אין מירון, נאכדעם וואס די רבי איז שוין ערב שבת פארשיקט געווארן דורך די פאליציי.

האד' מדזיקוב וויז'ניץ געזעהן ל"ג בעומר ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון וואו די רבי האט זיך אויפגעהאלטן דורכן טאג און עוסק געוועהן בלימוד זוהר הק'.

המקובל הגאון רבי יעקב עדס אויף א באזוך די וואך אין די 'ספרי הישיבה' ספרים געשעפט נעבן די מירער ישיבה.

ביים מעמד ההדלקה דעם מוצאי שבת ליל ל"ג בעומר בחצר הקודש בעלזא.

הרה"צ רבי דוד אלתר בנו הצעיר פון האד' מגור ביים הדלקה דעם ל,ג בעומר ביים גרויסן גערער ביהמ"ד אין ירושלים.

האד' ממעזיבוז אין א פייערדיגע ריקוד אחוז בשרעפיו ביים הדלקה ל"ג בעומר.

האד' מבאניא ביים מקיים זיין מנהג 'חץ וקשת' ביים ל"ג בעומר טיש בבית מדרשו.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא אויפן פליגער צוריק אהיים נאכן וויילן אין שווייץ אויף אפרוה.


האדמו"ר מזוועהיל ארה"ב ביים שיסן 'פייל און בויגן' ביים ל"ג בעומר טיש.


צווישן די פילע עולי מירון האט 'קרישקעס' באמערקט העסקן הר"ר שמעון שישא הי"ו, יושב ראש "מרכז עזרה ויעוץ", וואס האט אויך באויזן בדרך לא דרך אנצוקומען קיין מירון.

נאנטער צום בארג מירון האט 'קרישקעס' באמערקט אן אפגעמאטערטער איד כאפט א דרימל נאכ'ן גיין א לאנגע וועג צופוס אנצוקומען צום הייליגן תנא.

השבת אבידה: פארלוירע פאר שיך אין מירון...


א ברכת מזל טוב פארן פאטאגראפירער ר' דוד ארזני הי"ו לרגל הולדות בתו הבכורה למזל טוב.


'קרישקעס' וואונטשט א געדאפעלטע ברכת מזל טוב פאר הר"ר חיים אלעזר ראזענפעלד מנהל מוסדות 'בית לפליטות' לרגל די שידוך שליסן פון בנו בכורו ני"ו, אין פון בתו הכלה תחי' בשעה טובה ולמזל טוב.

אין די זעלבע צייט טוט קרישקעס וואונטשן א הארציגן ברכת תנחומים פארן בארימטן משמח אלוקים ואנשים הר"ר וועלוועל גאלדשטיין הי"ו פון בית לפליטות וואס זיצט ל"ע שבעה נאך די פטירה פון זיין ברודער ע"ה.


bottom of page