דאנערשטאג פ' בחוקותי • כ"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: דוד כהן
נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אנגעקומען קיין עיר הקודש צפת ווי די רבי שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך ביים ברודער כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אין זיין אכסניא במקום הנופש אין צפת. די ברודער האדמור"ים שליט"א האבן אינאיינעם פארברענגט בשבת אחים גם יחד, ארומשמועסנדיג זכרונות פון אמאל, עניני ל"ג בעומר און נאך שיינע ענינים, דערנאך האבן זיך די רבי'ס פארשפארט ביחידות פאר קרוב צו א האלבע שעה, ונפרדו לשלום ווען האדמו"ר מתולדות אהרן האט ארויסבאגלייט אחיו הגדול האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק וועלכע האט זיך פון דארט ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק לביתו נאווה קודש אין הר יונה.
איז דאס נישט די ערשטע מאל וואס דער תוא"י רבי 'קומט' באזוכן דער תולדות אהרן רבי? אלס איז געווען פארקערט, ניין?